Re: שמות אנשים ונשים
אגב, דער פסק פון דער אנאנימער ״אחד מגדולי פוסקי הדור האחרון״, איז באזירט אויפ׳ן ערשטן שטיקל פונ׳ם בית שמואל, אים וועלדע ער צייגנט צו מהרש״ל:טשעבינער האט געשריבן:יעך האב דעם בית שמואל אדורכגעלערנט, און כ'זע נאך נישט קיין שום מקור אויף נאך א נאמען פון אייזיק אויסער יצחק.איטשע האט געשריבן:די שמועס דא קען זיין אינטערסאנט פאר די וואס זענען נישט פויל לפחות צו עפענען א שו״ע אה״ע ס׳ קכ״ט, און אביסל אריינקוקן אין בית שמואל, נישט אלעס דארף מען פיטערן מיט א גאפעלע.טשעבינער האט געשריבן:אדרבה, לאמיר הערן, אויסער יצחק וואס נאך?איטשע האט געשריבן:אייזיק איז א כינוי פון כמה שמות הקודש.
אבער! איך האב געהערט ממקור ראשון, פון איינער וואס האט געגעבן איין קינד יצחק און איין קינד אייזיק, אז ער האט עס געטון לפי דעת אחד מגדולי פוסקי הדור האחרון.
״כתב מהרש"ל אם לא שיש לו קבלה שאותו משפחה נקראו בשם אברם על איזה סיבה כי לפעמים אביו חי ונקרא אברהם ושם אבי אשתו ג"כ אברהם ומת ורוצה לקרות בנו אחריו לכך נקרא שמו אברם.״
אלעז מען קעם האבן צוויי קינדער, אברהם און אברם, רחל רעכיל און ראכל, און כ״ש א יצחק מיט אן אייזיק... כ״ז ס׳איז דא א שינוי קען מען געבן דעם נאמען, אפילו ס׳איז במקורו די זעלבע שורש. והיינו טעמא, פון דריי קינדער יהודה, ארי׳ מיט ליב, וכן הלאה.