"זומער היים" הילף Summer Homes help and tips
אזוי ווי אסאך אידעלעך האבן זיך במשך די יארן איינגעוארבן אזא טרקלין - הכנה לפרוזדור, נעמליך א "זומער היים", צו האבן ווי אויסציען די אויסגעמוטשטע ביינדעלעך אין די זומער וואכן, און אז מ'האט שוין, כאפט מען שוין אריין דארטן א שיינעם יו"ט און א שבת'ל דא און דארט, ספעציעל אין די לעצטע פאר יאר זינט די קאנטריס זענען פוחת והולך ווי די בלעטלעך אין הערבסט, און די געציילטע קאנטריס וואס פארדינגען נאך די האלב פארשימלטע באנגעלויס מיט אדער אן רעגן וואסער אריינגערעכנט, הייבן די פרייזן רעדלמעסיג, האט זיך דאס כאפצעם אויף זומער הייזער פילפאכיג אינטענסיפירט...
עס איז דא זייער אסאך אינפארמאציע, עצות און טיפס וואס מ'קען זיך ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן, ביטע אריינקומען קלאר צו מחזק זיין די ברידער בעלי "סאממער האומס" מיט עצה און תושיה...
עס איז דא זייער אסאך אינפארמאציע, עצות און טיפס וואס מ'קען זיך ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן, ביטע אריינקומען קלאר צו מחזק זיין די ברידער בעלי "סאממער האומס" מיט עצה און תושיה...
שנהי' ל ראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..