אויסער וואס אנדערע מענטשן זעהען אז איינער וואס האט א סמארטפאון האט א סמארטפאון, איז א סמארטפאון א סמארטפאון, און נישט אלע מענטשן ווילן האבן א סמארטפאון, צי עס איז ניכר אז עס איז א סמארטפאון אדער נישט.
ביסט אריינגעקומען מיט א שמחה אז עס איז דא "א פשוטע און גראדע עכט יאנטשי פליפ פאון", לא זו אף זו, נאר "מ'קען עס געהעריג בלאקן", און עס קען נאכאלץ זיין "מיט אלע עפס" זאגאר. האסט נאך א ראי' אויך "I saw someone that meshimer blocked him and give him a tag."
האב איך געשריבן אז ווען אימער זיי פילטערן א סמארטפאון געבן זיי א סטיקער, אפגעזעהן וויאזוי די הארדוועיר איז דעזיינט, און דאס גענוי איז די קעיס דא. אזוי אז אנדערע - וואס זוכן נעבעך מיט לעכט א נארמאלע פאון פאר טי.מאביל - זאלן נישט לויפן קויפן דעם פאון, און נאכדעם געוואויר ווערן אז זיי זענען אריינגעפאלן מיט א סמארטפאון.
אקעי יעצט ס'אי זדא מענטשן (ואני בתוכם) וואסווילן האבן א טעלעפאון מיט געוויסע עפפס ווי וועיז, טשעיס, וואטס אפפ און נאך אבער ווילן נישט האבן קיין סמארטפאוןמשום מראית עין, און וועגן אנרייצן אנדערע. טא ביז יעצט איז כמעט נישט געווען א פליפ פאון וואס קיינער טראכט נישט אז ס'איז סיי וואס מער ווי יעדע פשוטע פליפ אבער ס'האט אסאך מעלות ענליך צו א סמארטפאון. און אפילו ס'איז יא געווען איין צוויי אזוינע פליפ פאון'ס איז נישט געווען שייך עס צו בלאקן (עכ"פ מיט סטיקער.. אפשר האבן זיי געקענט ארויפלייגן א עפפ לאק אבער נישט געוואלט געבן א סטיקער) פארשטייט זיך אז מ'רעדט געפילטערטערהייט, אנדעם טאר א איד נישט האבן אזא כלי (ווי פארשטענדליך.)