נאט אייך א גרינע!

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

.איידער מיר גייען צו צום געשיכטע, לאמיר זיך באקענען מיט דעם בריאה איבער וועם מיר רעדן
;l;p-
קענסטו דעם מערסט-בארימטן אימאודזשי ביים היימישן ציבור? וועלקאם צו "א גרינע".
אויסער וואס ער דינט אלס אוועטער פאר איינעם פון די געשמאקע ניקס דא, איז ער אויך די ריכטיגע-מענטש-אויפן-ריכטיגן-פלאץ ווען די קאפ פלאצט שוין פון אזויפיל זוכן אפירצוקראצן א ריכטיגן קאמפלימענט אויף א זאפטיגן ארטיקל, אבער אלע באדאנקערס פארדעם האבן שוין אויסגעכאפט די איידיע וואס דו וואלסט געוואלט זאגן.
וועטער עקספערטן פרובירן פארצושאצן דעם צוקונפט פון אט דעם סימבאל. צו וועט עס בלייבן אויף איר שטאנד נאך וואס די בארימטע אייוועלט קאמפיין וועט זיין סוקסעספול און א לייק קנעפל וועט אינסטאלירט ווערן, אדער וועט זי פארגעסן ווערן אויף אייביג?
עס איז פיינפול צו טראכטן אז עס איז מעגליך אז אונזערע אייניקלעך וועלן נישט וויסן די באדייט פון "א גרינע", אבער מ'דארף עס ערווארטן.

און היצטערט צו די מעשה. ביום מן הימים האב איך אריינגעלאגט אין אייוועלט, ווי מיין שטייגער האב איך באזוכט אין נייעס שטיבל און געליינט באריכטן פון געשולטע אייוועלט קארעספעדאנטן. קריכנדיג פון אשכול צו אשכול האב איך זיכער געמאכט ארויסצואווייזן מיין הנאה און הכרת הטוב פאר אלע וואס מאכן אייוועלט גרעיט, און איבערגעלאזט איין גרינע נאכן צווייטן.
איך שלעפ מיך אריין צום דערנעבנדיגן קרעטשמע וואו עס ווארטן מיך אפ עטליכע אומגעליינטע פריש געבוירענע אשכולות, יעדעס אשכול ברענגט מיט זיך א מעשה, ארטיקל, גראם אד"ג, וואס יעדע פאר זיך איז ווערד עטליכע גרינע. איך קווענקל טאקע נישט קיין סך און איך לאז איבער כאטש איין גרינע פער שרייבער.
און אט זעקל איך מיך אריבער צום פארברענגען אפטיילונג, איבער וועלכע גוט-זאגער, אלס-ווייסער און שטורעם-יעגער ווייסן צו דערציילן אז דארט איז סטאטיסטיש-גערעדט פארהאן די גרעסטע פאפולאציע פון די גרינע יו. עף. אוס. איבער די גאנצע אינטערנעט. צווישן איין געלעכטער און צווייטן, מאך איך זיכער איבערצולאזן פאר די פארברענגען שרייבער בשפע פון די גרינע. איך שפיר נישט אז ס'איז גענוג צו ווייזן מיט די :לאל: אז איך האב געלאכט. איך מוז עקסטער לאזן פארן שרייבער א גרינע, ווי צו ווייזן דירעקט מיטן פינגער "דו ביסט גוט"!
עס גייט דורך א האלבע שעה זינט איך קאטשקע מיך אויף אייוועלט, און פלוצלינג דערמאן איך מיך אז נעכטן האב איך געשריבן א תגובה וועלכע איך וויל יעצט איבערליינען. אין מיין פראפיל טרעף איך שנעל (נישט אזוי שנעל, איך האב געדארפט ווארטן 9 סעקונדען צו קענען מאכן א זוכעניש) "מיינע תגובות" און א בלאט פול מיט גרינע ערשיינט דארט! א ווארימקייט נעמט מיר ארום. אך וואספארא זכיה איז דאס צו זיין אויף אזא געשמאק פלאץ וואו מען קען האבן אזויפיל הנאה און פראקטישע הילף, עד כדי קראך אז ס'פילט זיך אזוי שנעל בלעטער אויף בלעטער פיל מיט גרינע אין אלע ווינקלען.

זעהט אויס אז איך בין שוין צו לאנג געזעצן ביים סקרין ווייל די אויגן האבן פלוצלינג פארלוירן די פאקוס, און פארגלייזטערהייט האבן זיי געגלאצט אויפן סקרין וועלכע האט זיך צאמגעשטעלט ווי איין גרויסע פעלד פון גרינע געוואוקסן...
און אט זעה איך אין מיין דמיון א פריינט, אן אייוועלטער פונקט ווי מיר, וועלכע זעהט דעם גרינעם קאליר מיט גאר א צווייטן בליק, גענצליך נישט גינסטיג.
פאר זיינע אויגן שווימען אויך גרינע מענטשעלעך, אבער זיי ווייזן נישט קיין שמייכלדיגע פענימער, נאר קאלטע דאקטארישע געזיכטער.
צווישן די קארידארן אין וועלכע ער דרייט זיך איז דא א שפע פון גרינע כאלאטן, אבער צו אים איז דאס נישט קיין ליבליכע צייכן, נאר א פיינליכע ווייטאגליכע דערמאנונג איבער די מצב פון וועלכע ער וועט - לויט די גרינע - מער קיינמאל קיין וועג ארויס נישט זעהן.
פאר נישט לאנג צוריק זענען די גרינע געווען פאר אים א שטראל פון טרייסט, א צייכן פון מעגליכע האפענונג, אבער חכה לעת מרפא והנה בעתה!

יענע גרינע האבן אים טאקע נישט געגעבן קיין האפענונג, אבער די גרינע גרייצערס פון קעשענע קענען גרינגער מאכן אין דעם ביטערן מציאות! עס איז אמת אז די מלאך האט שוין געזאגט "היפלא מה' דבר", און מיר גלייבן באמונה שלימה אז די געפרואווטע סגולה קען העלפן. אבער סך פריער פון דעם דארף מען ווייזן פאר דעם פארפאלק אז עס זענען דא טויזנטער טויזנטער אידן וואס האבן אויך א חלק אין זייער צער און זענען זיך גרייט צו לאזן קאסטן טויזנטע טויזנטע גרינע דאללארן צו ווייזן מיטגעפיל אויף וואס זיי גייען דורך.

פיל מיט הכרת הטוב צום פלאץ וואו איך האב אזויפיל הנאה, און לאז כסדר איבער מיינע "גרינע", ווענד איך מיך צו דעם יונגערמאן וואס איז ליידער ארומגענומען מיט גרין-געקליידעטע, און איך שריי אויס צו אים: נאט אייך א גרינע!

רבותי, ס'איז נישט קיין חילוק פאר וועם מ'וואויט, די עיקר איז אז אונזער שטימע ווערט דערהערט!
און ס'איז אויך נישט קיין חילוק אויף וועלכע טיעם פעידזש מען געט, די עיקר איז אז מען געט!
און איך בין נישט דא אויפצוטרייבן פאר מיין טיעם פעידזש ווייל איך האב נישט איינס. ס'גייט מיך נישט אן פאר וועם מען געט, אבער געט'ס!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

;l;p-;l;p-:grin:
אין עוד מלבדו
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אונטערן מאטראץ

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פיינע נייעס

נאט אייך א גרינע;l;p-
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געוואלדיג גוט! פיין און וואויל געזאגט!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

;l;p-;l;p-;l;p-גאר גוט!

באלד קומט רעים אריין מיט א גרינע כאלאט אויף די גרינע עמאודזשי...
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע:און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

שטומפיג ביסט א גאון...
כ'האגעמיינט אז אלע איידיעס איז שוין געווארן אויסגעניצט היינט אבער ניין, האסט מיר נישט אנטוישט...
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

פיין געשריבן!
לאמיר טאקע געבן גרינע דאלארן.. (אגב וועט אויך איין טאג קומען וואס מען וועט שוין נישט וויסן אז גרינע האט געמיינט געלט.. לאמיר זען וועלכע וועט גרינע וועט ערשט פארגעסן ווערן..)
חחח...
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

נישט נערמאל מיט וואס דער עולם קומט אויף דא.. קריעטיוו ווי משוגע..

מען זעט אז דער עולם איז אין מיטן גאנצן הארצן..

;l;p-;l;p-;l;p-
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

מעכל קנעכל האט געשריבן: פיין געשריבן!
לאמיר טאקע געבן גרינע דאלארן.. (אגב וועט אויך איין טאג קומען וואס מען וועט שוין נישט וויסן אז גרינע האט געמיינט געלט.. לאמיר זען וועלכע וועט גרינע וועט ערשט פארגעסן ווערן..)

לאמיר האפן אז די גרינע כאלאטן וועלן זיין די ערשטע פארגעסן צו ווערן...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7985
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן: ;l;p-;l;p-;l;p-גאר גוט!

באלד קומט רעים אריין מיט א גרינע כאלאט אויף די גרינע עמאודזשי...

וואס דער פאלט נישט אלטז איין.. איך מיט א גרינע כאלאט...
בילד
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1846
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע:אין טעלער

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

;l;p-נאט אייך א גרינע
;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-וכו'.......... אייוועלט נאט אייך , די סקרין פארנעמט נישט וויפיל ס'קומט אייך!
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15323
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
אה, ס'נאך דא. שערי גרינע לא ננעלו.
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9561
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך כאפ נישט וואס טוט זיך דא..... איך בין א גרינער דא.....
אוועטאר
בלוט בלבול
שר חמשת אלפים
תגובות: 5234
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

שטומפי איי לייק דיס, טעיק עי פיו גרינע;l;p-;l;p-;l;p-
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

:lol:;l;p-;l;p-;l;p-
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

כ'ווייס כ'בין שפעט, אבער אז מ'טרעפט א גוטס, און נאך אזא גוטס, מוז מען קאמפלימענטירן...
זאזוי, איינס צוויי דריי:;l;p-:lol:;l;p-:lol:
שרעקליך גוט! און געפרעליך אראפגעלייגט! כ'זעה אז יענעמ'ס נאז איז גרינער..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14413
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

:lol:
רעים האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן: ;l;p-;l;p-;l;p-גאר גוט!

באלד קומט רעים אריין מיט א גרינע כאלאט אויף די גרינע עמאודזשי...

וואס דער פאלט נישט אלטז איין.. איך מיט א גרינע כאלאט...
בילד
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

נאַט אייך א גרינע..;l;p-;l;p-

רעים האט געשריבן:
בילד

איין, יעצט פאַר דיר;l;p-;l;p-
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
אבי דוד
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 18, 2022 5:52 pm

Re: נאט אייך א גרינע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי דוד »

שטומפי שוין גארנישט אזוי שטומפיג דו ביסט חד וחלק
דא האט איר וואס ספעלט איר קענט דאס לייגן וואו איר ווילט לויט אייער געשמאק
,,,,,,,,,,,,,,,,,,,................."""""""""""""""???????????????????!!!!!!!!!!!!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”