בעסיק כשרע טעלעפאנען מיט אדער אן עפפס דעבאטע

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

בעסיק כשרע טעלעפאנען מיט אדער אן עפפס

מיט עפפס
87
69%
אן עפפס (בלויז טאלק ענד טעקסט)
39
31%
סך הכל שטימען: 126

Anonymously
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 5:24 pm

Re: בעסיק כשרע טעלעפאנען מיט אדער אן עפפס דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymously »

דעת בעל הבית האט געשריבן:
בקיצור א גוט געפילטערטע סמארט פאון וואס זעט אויס ווי א פשוטע פליפ פאון
וואס שטערט דיר אז מ'קען ווישען די סקרין?... אז ס'איז כשר איז כשר!

מיי אפיניאן (פאר א סיבה געשריבן Anonymously...)
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5878
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: בעסיק כשרע טעלעפאנען מיט אדער אן עפפס דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

Anonymously האט געשריבן:
נעט פרי דארף ארויסקומען מיט א פילטער פאר סמארט פאון'ס אזוי וועט זיין א מעגליכקייט פון עכט כשר'ע סמארפאון'ס און יא מיט אינטערנעט און אלע עעפס(אויב אפן אויף נעט פרי) און שלום על ישראל!
Apps איז א מסכתא פארזיך לגבי דעם פילטער, ממילא איז דער נעטפרי מן הסתם נאכנישט דא אויב וועט בכלל זיין, א עפפ איז נישט פלעין ווי מען פילטערט א בראוזער וואס דער פילטער קען זיין פולקאם בעל בית אויפן פעדזש.

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
א זאך וואס מען רעדט ווייניג דערפון, אויב וויל מען אוועקנעמען מענטשן פון סמארטפאונס, איז וויכטיג אז די בעסיק פאון זאל האבן א לייטישע קעמערע! פארוואס זענען אלע קעמערעס אויף די פליפ פאונס אזוי אומקלאר? ווי א קעמערע פון 25 יאר צוריק!

יעצט זאג מיר נישט איך זאל גיין קויפן א כשר'ע KDC קעמערע, נישט דאס מיינט דער פסוק.... מען דארף שוין באלד האבן א בריפקעיס פאר א קעמערע, קאלקולעיטער, קאלענדאר, גפ"ס, ראלאדעקס פאר קאנטאקטס, און א נאוטבוק צו נעמען נאטיצן, א רעקארדער צו קענען אפכאפן א דרשה, און מפ"3 צו הערן מוזיק...
שטארקע נקודה, בפרט וואס די גוי'שע מארקעט מאכט שוין פלעין נישט די קליינע point and shoot קעמראס, ווייל זיי זענען אריבער צי דער טעבלעטס אדער פאונס וואס כאפן שוין היינט בעסערע בילדער ווי אפילו עדווענסד קעמראס.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שמונת אלפים
תגובות: 8443
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: בעסיק כשרע טעלעפאנען מיט אדער אן עפפס דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

Anonymously האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:
בקיצור א גוט געפילטערטע סמארט פאון וואס זעט אויס ווי א פשוטע פליפ פאון
וואס שטערט דיר אז מ'קען ווישען די סקרין?... אז ס'איז כשר איז כשר!

מיי אפיניאן (פאר א סיבה געשריבן Anonymously...)
סאו באמת רעדט איך נישט פון דיין תגובה איך רעד פון די בעיסיק פאונס מיט אלע עעפס, איך האב קיינעם ציטירט ווייל איך האב נישט געווילט אז קיינער זאל מיינען אז איך מיין דווקא אים,
דיין פלאן דארף מען אויך בעסער אויסארבעטן, ווייל ס’איז ווייטער עדיקטעוו, און אפי’ געפילטערטע אינטערנעט איז דאך אינטערנעט,
אבער נישט פון דאס רעד איך
ווישן אליינס איז נישט די פראבלעם, אין פאקט האט די סקווירא ’לטהר’ שוין געהאט אזא מין פאון וואס איז געווען ’טאלק אנלי’ אבער געווען א סמארט פאון מיט א פולע טאשט סקרין.
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2287
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: בעסיק כשרע טעלעפאנען מיט אדער אן עפפס דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

דאס איז זיכער אז לו יציור (כמיין צו זאגן אז איך נעם נישט קיין שטעלונג) סקומט ארויס א סמארטפאון וואס איז כשר וישר דארף מען דעמאלטס אוועקווארפן האלב פון די שומרים קארטלעך, און מעשיות פון די גליון) וואס לויפן און רייסן אראפ די ס''פ אויף אז סאיז א גרויסע סקרין וואס מען האלט אין איין ווישען וכו'
סתם חומר למחשבה
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
lazy
שר האלף
תגובות: 1794
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: בעסיק כשרע טעלעפאנען מיט אדער אן עפפס דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

דעת בעל הבית האט געשריבן:
Anonymously האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:
בקיצור א גוט געפילטערטע סמארט פאון וואס זעט אויס ווי א פשוטע פליפ פאון
וואס שטערט דיר אז מ'קען ווישען די סקרין?... אז ס'איז כשר איז כשר!

מיי אפיניאן (פאר א סיבה געשריבן Anonymously...)
סאו באמת רעדט איך נישט פון דיין תגובה איך רעד פון די בעיסיק פאונס מיט אלע עעפס, איך האב קיינעם ציטירט ווייל איך האב נישט געווילט אז קיינער זאל מיינען אז איך מיין דווקא אים,
דיין פלאן דארף מען אויך בעסער אויסארבעטן, ווייל ס’איז ווייטער עדיקטעוו, און אפי’ געפילטערטע אינטערנעט איז דאך אינטערנעט,
אבער נישט פון דאס רעד איך
ווישן אליינס איז נישט די פראבלעם, אין פאקט האט די סקווירא ’לטהר’ שוין געהאט אזא מין פאון וואס איז געווען ’טאלק אנלי’ אבער געווען א סמארט פאון מיט א פולע טאשט סקרין.
ו פארשטיי איך נישט וואס כשרע עפפס א דוגמא ווי טשעיס וועיז וכדו׳ האבן מיט אדיקטיוו צו טאן, (אייוועלט אפשר/זיכער אבער יענץ נישט), טשעיס האט נישט קיין אינטערעס זאלסט דעפאזיטן יעדע טשעק 2 מאל… אוודאי וועט ער דאס מאכן די באקוועמסטע/בעסטע שייך אז מען זאל דאס ניצען ווי איידער קומען אין ברענטש, אבער דאס איז פונקט ווי זאגן אז די נייע קארן פון 2020 און ארויף זענען מער אדיקטיוו (אגב סעל פאונס זענען זייער אדיקטיוו מבשרי אחזה… און אפילו לענדליין פאונס מבני ביתי אחזה…).

לגבי געפילטערטע אינטערנעט, ווייס איך נישט וואס איר מיינט דערמיט, אבער דאכצעך עס איז א דבר פשוט און יעדער פארשטייט אז עס טאר נישט האבן דעים בראוזער.

ואגב דאגב, שלא מן הענין, פאר די וואס קענען די נושא, א פילטער האט די מעלה אז עס קען אפשטעלן ביי געוויסע עפפס, אין-עפפ בראוזינג אויך.
שרייב תגובה

צוריק צו “בעיסיק פאונס”