shimon7323 האט געשריבן: האב איך שוין געניצט די טרעין קיין מאנסי אפאר מאל.
1. פון פען קיין סיקאקוס איז געפאקט
2. פון דארט קיין מאנסי איז אויך נישט ליידיג, שוין אפאר מאל געווען און עס איז נישט געווען קיין זיצען וואס עס נאר געווען איין פערזאן אויף א באנק.
3. עס קאסט מער פון דער באס בערך 10.5 א טריפ
4. דער באס איז מיר נענטער צי אויפשטייגן ווי צי גיין צום טרעין.
5. נישט דא קיין תפילות (שחרית מנחה מעריב) דארט
6. נישטא קיין ביה'כ
7. דער סיעטס אויפן באס זענען רוב מאל באקוועמער
8. נישטא מיט וועם צי פארברענגען אויב איז מען נישט און די גיסטע פון א דרימל
9. דא גאנץ ווינציג דירעקטע עקספרעס ראוטס, רוב מאכן א סאך סטאפס.
10. ווייסעכנישט וואס.
צום שלוס, עס איז זייער א גוטע אלטערנעטיוו פאר ווען מען דארף עס, אבער נישט פאר יעדן טאג.
איך האב נישט די מאנסי באס פרייזן
פאר טעגליכע קאמיוטערס פון מאנרא - טשעסטער - בלומינגבורג וכו' איז עס ביליגער ווי דער באס קאמפאני
בנוסף צו דעם אויב קען דער ארבעטס געבער איינקויפן די חודשליכע אדער יערליכע פעסס מיט פרי-טעקס געלט (טרענסיט טשעקס) איז עס נאך ביליגער.
עורו ישנים משינתכם