-
ציטיר
- 0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך farshlufen
»
כ'האב נישט מיין רעסעפי'ס שאכטל פאר מיר, אזוי אויך האב איך היי יאר נאך נישט געמאכט דעם אתרוג קאמפאט, אבער איך וועל שריייבן פון זכרון:[
1 אתרוג
1 קיטטען
1 לעמאן
2 גלאז צוקער, וכל המוסיף....
ווייק איין די אתרוג אויף 3 טעג אין יעדן טאג טויש די וואסער [אזוי קומט די רעסעפי וכך נהגו ערליכע אידענעס, אבער לויט מיין השערה טוט עס גארנישט אויף].
צושנייד דעם אתרוג אויף דינע רעפטלעך, שייל אפ די לעמאן און קיטטען, שטעל זיי אריין אין טאפ, דעק איבער מיט וואסער און לאז עס קאכן פאר א וויילע, גיס אויס די וואסער, שטעל עס נאכאמאל קאכן וחוזר חלילה 3 מאל [דאס נעמט ארויס א גרויסן חלק פונעם ביטערן טעם], נאכן דריטן מאל פיל צוריק אן דעם טאפ ווי פריערט, גיס צו די צוקער און שטעל עס קאכן אויף א קליינער פלאם ביז די קאמפאט ווערט טונקל פינק, דעפענדס אויף אייער טעיסט, ווי מער מ'קאכט עס אלס זיסער ווערט עס.
גיס אריבער די קאמפאט און קאנזערוו דזשאר און שטעל עס אוועק אויף ט"ו בשבט הבעל"ט.
פארגעס נישט אום חמשה עשר א תפילה צו טאן אויף א שיינעם אתרוג [נישט א גוטן דיעל, דאס איז כלל נישט אייער דאגה] אויף איבערעס יאר סוכות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]