עפענען דעם פענסטער אדער פארמאכן
ווער עס דרייט זיך נאר צווישען לעבידיגע מענטשן ווייסט אז איינס פון די שווערסטע סוגיות און בין אדם לחבירו, און יעדע פאבליק פלאץ איז עפענען דעם פענסטער אדער פארמאכן,
די מענטשען וואס זענען אלעמאל קאלט, אלעמאל יאגט זיי א צוג, זיצען אלעמאל ביים פענסטער, און לאזן דעם גאנצן עולם פארברענט, דערשטיקט, צוהיצט ווערן, און זאל יעדער אטעמען די זעלבע פארפעסטעטע לופט אן רחמנות, אפי' עס איז נישט געזונט, זיי לאזן נישט אריין קיין פיצל פרישע לופט.
א"כ ווי קומט עס צו ידיעות התורה, וועל איך מסביר זיין, די חברה קומען באוואפנט מיט אן הלכה, "אז אויב איינעם איז קאלט, אפילו ניין און ניינציג מענטשען איז הייס דארף מען פארמאכען די פענסטער". פרעג איך שוין זייט די צען יאר, ווי איז דא אזא הלכה, ענטפערט מען מיר יעדער ווייסט דערפון, וויפיל ת"ח איך האב געפרעגט, וויפיל איך האב אליין געזוכט (אפי' און ליקוט ספרים), וויפיל סערטשיס איך האב געמאכט, לא דובים ולא יער, איך אזא הלכה האב נישט געטראפן. עס איז דא וואס האבען נאך א במה דברים אמורים אויף די הלכה, "דער הלכה איז ווינטער, אבער זומער איז פארקערט", ועדיין לא מצאתי.
אסאך מענטשען זאגן אז דער הלכה שטאמט פון חפץ חיים, איך האב לכבוד דעם אדורך געלערנט אלע ספרים פון חפץ חיים, אפי' לקוטי הלכות אויף קדשים, און תורת כהנים, און ביאור הלכה הל' עירובין, ואין קול ואין עונה, איך האב אפי' געקויפט אלע בענדער מאיר עיני ישראל, דארט אויך נישט.
א ת"ח האט מיר אמאל געזאגט אז אפשר נעמען דאס מענטשן פון די משנה פרק ד' אין פאה, אז זאכן וואס מען דארף כאפן פאה און 99 בעטען מען זאל טיילן און איינער בעט מען זאל כאפן לזה שומעין שאמר כדין, ביי א סכנה'דיגע בוים אפי' 99 בעטען מען זאל כאפן און איינער בעט מען זאל טיילן לזה שומעין שאמר כדין. דער פראבלעם איז אבער ווער זאגט אז די פענסטער פארמאכט איז אמר כדין, און ווער זאגט אז א אפענער פענסטער איז א סכנה, אפשר פארקערט אז יעדער שטעקט זיך אן פון די לופט פון דעם פארקילטן מענטש איז א סכנה.
איך האב שוין געוואלט רופן אזא איד צו דין תורה צו טרעפן די הלכה, ווייל פרעגן א דיין סתם אזוי קען איך אויך נישט, ווייל חושן משפט דיינים טארן נישט פסק'נען אן אויסהערן ביידע צדדים, ווילען זיי געווענליך נישט ענטפערן אזא שאלה, ווען איך קום פרעגן אליין. קיין איינער פון די אידן ווילן נישט קומן צו דין תורה מיט מיר, (עס קאסט צו טייער). און סתם מאכן פורים פון א דיין ברענגן איינער וואס האלט ווי מיר, ארויסצובאקומן דען פסק איז נישט אויסגעהאלטן.
ביז איך האב געטראפן אז איינעם פון די גרעסטע חושן משפט מומחים אין דעם דור, א ריזיגע בקי, און א ריזיגע מלקט, רעט פון דער שאלה, ומצאתי את שאהבה נפשי, אז ער ברענגט בכלל נישט אזוי די הלכה, און ווען עס זאל ערגיץ שטיין ברענגט ער ווען. איך האב עס אריינגעלייגט און טאש און געטיילט קאפיס פאר אלע מיינע גוטע פריינד, און דא האב איך אויך א קאפי, און ווען איך טרעף א פגע וואס הייבט אן מיט דער הלכה, זאג איך אים ר' יעקב בלוי שליט"א אין פתחי חושן ווייסט נישט פון אזא הלכה.
דער ספר וואס ער ברענגט דארט איז א ספר הזהרו בממון חבריכם פון א היינטיגן, איך האב שוין דארט אויך געקוקט. מען קען זיך אסאך מפלפל זיין אין דעם וואס ער זאגט און וואס פונקטליך ער מיינט, און וואס פונקטליך איז דער מציאות, אבער פון א בפירושע הלכה וואס גאנץ כלל ישראל ווייסט איז עס ווייט.
מיט דעם אלעם, אויב איינער ווייסט מער, זאל ער פליז לאזן וויסען

- אטעטשמענטס
-
- פתחי חושן.PDF
- (188.91 KiB) געווארן דאונלאודעד 172 מאל
למה זה תשאל לשמי...