עפענען דעם פענסטער אדער פארמאכן

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

עפענען דעם פענסטער אדער פארמאכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ווער עס דרייט זיך נאר צווישען לעבידיגע מענטשן ווייסט אז איינס פון די שווערסטע סוגיות און בין אדם לחבירו, און יעדע פאבליק פלאץ איז עפענען דעם פענסטער אדער פארמאכן,
די מענטשען וואס זענען אלעמאל קאלט, אלעמאל יאגט זיי א צוג, זיצען אלעמאל ביים פענסטער, און לאזן דעם גאנצן עולם פארברענט, דערשטיקט, צוהיצט ווערן, און זאל יעדער אטעמען די זעלבע פארפעסטעטע לופט אן רחמנות, אפי' עס איז נישט געזונט, זיי לאזן נישט אריין קיין פיצל פרישע לופט.
א"כ ווי קומט עס צו ידיעות התורה, וועל איך מסביר זיין, די חברה קומען באוואפנט מיט אן הלכה, "אז אויב איינעם איז קאלט, אפילו ניין און ניינציג מענטשען איז הייס דארף מען פארמאכען די פענסטער". פרעג איך שוין זייט די צען יאר, ווי איז דא אזא הלכה, ענטפערט מען מיר יעדער ווייסט דערפון, וויפיל ת"ח איך האב געפרעגט, וויפיל איך האב אליין געזוכט (אפי' און ליקוט ספרים), וויפיל סערטשיס איך האב געמאכט, לא דובים ולא יער, איך אזא הלכה האב נישט געטראפן. עס איז דא וואס האבען נאך א במה דברים אמורים אויף די הלכה, "דער הלכה איז ווינטער, אבער זומער איז פארקערט", ועדיין לא מצאתי.
אסאך מענטשען זאגן אז דער הלכה שטאמט פון חפץ חיים, איך האב לכבוד דעם אדורך געלערנט אלע ספרים פון חפץ חיים, אפי' לקוטי הלכות אויף קדשים, און תורת כהנים, און ביאור הלכה הל' עירובין, ואין קול ואין עונה, איך האב אפי' געקויפט אלע בענדער מאיר עיני ישראל, דארט אויך נישט.
א ת"ח האט מיר אמאל געזאגט אז אפשר נעמען דאס מענטשן פון די משנה פרק ד' אין פאה, אז זאכן וואס מען דארף כאפן פאה און 99 בעטען מען זאל טיילן און איינער בעט מען זאל כאפן לזה שומעין שאמר כדין, ביי א סכנה'דיגע בוים אפי' 99 בעטען מען זאל כאפן און איינער בעט מען זאל טיילן לזה שומעין שאמר כדין. דער פראבלעם איז אבער ווער זאגט אז די פענסטער פארמאכט איז אמר כדין, און ווער זאגט אז א אפענער פענסטער איז א סכנה, אפשר פארקערט אז יעדער שטעקט זיך אן פון די לופט פון דעם פארקילטן מענטש איז א סכנה.
איך האב שוין געוואלט רופן אזא איד צו דין תורה צו טרעפן די הלכה, ווייל פרעגן א דיין סתם אזוי קען איך אויך נישט, ווייל חושן משפט דיינים טארן נישט פסק'נען אן אויסהערן ביידע צדדים, ווילען זיי געווענליך נישט ענטפערן אזא שאלה, ווען איך קום פרעגן אליין. קיין איינער פון די אידן ווילן נישט קומן צו דין תורה מיט מיר, (עס קאסט צו טייער). און סתם מאכן פורים פון א דיין ברענגן איינער וואס האלט ווי מיר, ארויסצובאקומן דען פסק איז נישט אויסגעהאלטן.
ביז איך האב געטראפן אז איינעם פון די גרעסטע חושן משפט מומחים אין דעם דור, א ריזיגע בקי, און א ריזיגע מלקט, רעט פון דער שאלה, ומצאתי את שאהבה נפשי, אז ער ברענגט בכלל נישט אזוי די הלכה, און ווען עס זאל ערגיץ שטיין ברענגט ער ווען. איך האב עס אריינגעלייגט און טאש און געטיילט קאפיס פאר אלע מיינע גוטע פריינד, און דא האב איך אויך א קאפי, און ווען איך טרעף א פגע וואס הייבט אן מיט דער הלכה, זאג איך אים ר' יעקב בלוי שליט"א אין פתחי חושן ווייסט נישט פון אזא הלכה.
דער ספר וואס ער ברענגט דארט איז א ספר הזהרו בממון חבריכם פון א היינטיגן, איך האב שוין דארט אויך געקוקט. מען קען זיך אסאך מפלפל זיין אין דעם וואס ער זאגט און וואס פונקטליך ער מיינט, און וואס פונקטליך איז דער מציאות, אבער פון א בפירושע הלכה וואס גאנץ כלל ישראל ווייסט איז עס ווייט.
מיט דעם אלעם, אויב איינער ווייסט מער, זאל ער פליז לאזן וויסען
אטעטשמענטס
פתחי חושן.PDF
(188.91 KiB) געווארן דאונלאודעד 169 מאל
למה זה תשאל לשמי...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

עס דא וואס ווילן ברענגען א ראיה פון :

אזהרה יעקב אבינו לבניו אויף זעך צו היטן פון פארקילונג, צנים פחים , וואס דאס ליגט בידי אדם זעך צו באהיטן דער-פון.

פון לשון המחבר בשו"ע או"ח סימן רע"ו סעיף ה, שהכל חולים אצל הקור.
ועמך כולם צדיקים
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

פון ביידע פלעצער איז נישט קיין ראי', והעיקר איז דא אן אדרעס אז פון דא איז א ראי'?
אוודאי איז קיינער נישט מחולק אז עס איז דא אזא זאך ווי פארקילען, אבער פון צנים פחים איז נישט קיין ראי' מכמה טעמים, 1 רובא דרובא ווען מען קריגט זיך און מען ברענגט אפיר דער הלכה, איז נישט קיין נדון פון פארקילעכץ, והא ראי' רוב עולם וויל דעם פענסטער אפען, דער נדון איז בקוועמקייט, מען שרייט נאר פארקילאכץ, ומאן מפיס וועמענס וועגט איבער, בפרט ר' יעקב בלוי גיבט עצות, אפילו ווען דער נושא איז פארקילעכץ, זיץ אינדערהיים, טוה אן א סוועטער, זיץ אויף דער אנדערע זייט 2 בזמנינו האלטן רוב דאקטורים אז אין א פאבליק פלאץ איז פרישע לופט וויכטיגער צו פארמיידען פארקילעכץ ווי זיין ווארעם, ובכגון דא מבואר בפוסקים נשתנו הטבעים, ואין לנו אלא דברי הרופאים שבזמננו 3 דער קעלט פון צנים פחים וכן הכל חולים אצל צינה, רעט מען פון עקסטרעמע קעלט, כמדומה אז קיין שום רב וועט נישט מתיר זיין צו הייסן א גוי אנצינדן א פייער אויב דער קעלט איז אזוי מינומאל אז רוב עולם שרייט אז עס איז הייס. ועוד רב ווייס במנחת יצחק והרבה פוסקי זמנינו זאגט אז בזמן הזה איז היץ א פראבלעם און ביי שטארקע היץ איז ער מתיר דורך א גוי (א איסור דרבנן), און עס איז דא ראשונים אז פחים מיינט היץ
ואחרי ככלות הכל, דער תורה אז עס איז א בפירושע הלכה אז לכאורה נישט ריכטיג, און נאכאמאל ווען איינער זאל ווען זאגן די תורה וואס איר זאגט ברענגט עס ווען ר' יעקב בלוי, און ווען איך בין א מוחזק ביים פענסטער זאג איך קים לי ווי דער פתחי חושן
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אלטס יונגעל האב איך געהערט עס צישטעלען צו די משנה און פאה פרק ד' משנה א'
אפילו תשעים ותשעה אומרים לחלק ואחד אומר לבוז לזה שומעין שאמר כהלכה:


ווינטער איז א צייט פון פארמאכען די פענסטער איז דער איינער גערעכט.
און פארקערט ביי זימער. 99 ווילען די פענסטער פארמאכט, און איינער וויל אפען, איז דער איינער גערעכט און ער האט א רעכט צו צווינגען אז די פענסטער זאל זיין אפען.
the SCY is the limit
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

עי' בתגובה א' מה שכתבתי ע"ז, מהיכי תיתי שמי שאמר שצריך להיות סתום אמר כדין, אמת שלאומר כדין שומעין, אבל מאן יימר שכך הדין
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

ראש השנה דעם ערשטן טאג, תיכף בעפאר קדושה, זענען מיינע געדאנקען געלאפן אויף די ווערטער:
ושם בימין יש חלונות וכו', כי דרך אותן חלונות יאזין תפלות ויקשיב תחנות וכו', בעת רצון להפתח ולהענות, וכשיחפץ רחום לשעות ולענות יגזר ויפתחו אותן החלונות וכו'.
ע"כ ביים דאווענען דארף מען עפענען די פענצטער, כדי די תפלות זאלן נתקבל ווערען
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

עי' סי' צ' סעיף ד' והמסתעף, אבל אינו נוגע באמתלענייננו
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וכוין פתיחן ליה (דניאל ו', י"א), יתפלל אדם בבית שיש בו חלונות (ברכות ל"א ע"א).

די מקורות פונעם שו"ע.
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

אינעם היינטיגן סליחות:
ומחדש בכל יום מפתחי חלון
לעצט פארראכטן דורך פרעגער אום דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 2:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

און די ווי דער מנח"א פלעגט שרייען פאר נעילה, לעשות פועל דמיוני, עפענען אלע פענסטער אין דער הייך (או לשון כעי"ז)
למה זה תשאל לשמי...
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

והוא פלאי האט געשריבן: ובאוואפנט מיט אן הלכה, "אז אויב איינעם איז קאלט, אפילו ניין און ניינציג מענטשען איז הייס דארף מען פארמאכען די פענסטער". פרעג איך שוין זייט די צען יאר, ווי איז דא אזא הלכה, ענטפערט מען מיר יעדער ווייסט דערפון, וויפיל ת"ח איך האב געפרעגט, וויפיל איך האב אליין געזוכט (אפי' און ליקוט ספרים), וויפיל סערטשיס איך האב געמאכט, לא דובים ולא יער, איך אזא הלכה האב נישט געטראפן. עס איז דא וואס האבען נאך א במה דברים אמורים אויף די הלכה, "דער הלכה איז ווינטער, אבער זומער איז פארקערט", ועדיין לא מצאתי.

מיט דעם אלעם, אויב איינער ווייסט מער, זאל ער פליז לאזן וויסען


אוי! מיסטער פלאי. האסט.דערמאנט.גוטע.זכרונות.ווען איך בין געזיצן (נישט מער געדאכט) ביים מלמד אין כתה, און עס האט געקענט זיין שטיקעדיג הייס, און פלוצים האט איינער אויפגעהויבן די האנט זאגן אז עס איז קאלט. ספאנטאן איז דער מלמד צוגעגאנגען (געלאפן) און פארמאכט דעם פענסטער, און טעמו ונימוקו עמו מיטן אויבנדערמאנטן מאמר העולם. (אונז קינדער האבן עס ב"ה אנגענומען בתמימות).
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אפשר רופסט דו אן דיין מלמד און בעטסט אים א מקור, אדער אז נישט, זאל ער דיך מפייס זיין אלס גדול, אויפן מצער זיין אלס קטן
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5422
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

והוא פלאי האט געשריבן:
און די ווי דער מנח"א פלעגט שרייען פאר נעילה, לעשות פועל דמיוני, עפענען אלע פענסטער אין דער הייך (או לשון כעי"ז)
גראדע ביינאכט פלעגט ער האבן א ענין נישט צו לאזען אפען די פענסטער,



צ"ק די קיצור שו"ע רעדט וועגן מען זאל מאכן ממוצע, און נישט איבערהיצן צופיל די הויז.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”