לכתחילה, פארוואס שטערט עס דיך?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
סטראשעלע האט געשריבן: א הילכיגן דאנק הרב לכתחילה פארן נעמען דעם אומץ ארויסצוזאגן וואס כמעט יעדער דא אויפן וועלטל טראכט!


מי אנכי לבוא אחרי הרבנים החשובים שכבר תמכו ידיהם בעזר וסעד לדברי ידידינו הרב מלכתחלה שליט"א, וקראו עליו שפתים ישק משיב דברים נכוחים!

גם אני הקטן מצטרפנא לדבריהם, להכות על קדקדם של הני בריוני ואינשי דלא מעלי, שממלאים את חלל העולם בדברי בוז וקלון וגם לרבות דברי מינות וכפירה, ונותנים יד לפושעים להעלות על הכז"ב את דעותיהם והשקפתיהם מעלמא דשיפלותא, אוי להם לבריות מעלבונה של תורה, ויסכר פי דוברי שקר.

החותם בכאב,
יעקב דובער המכונה מיללער
פה עיר תהלה, סקרענטאן יצ"ו


אם בארזים נפלו שלהבת של קנאת ה' שמורינו הרב שליט"א הצטרף לדברי חבריי היקרים, אינכם צריכין לדידי, אלא אגלה לכל שקראתי עכשיו התגובה היקראה, ומנהמת לבי אקרא לידיד כל בית ישראל הרב לכתחלה: פון אלע דיינע רייכע טייערע ארטיקל'ן איז דאס דע בעסט!

ב"ה שזכיתי אז כבין נישט געווען דאהי יענע צייטען, ווען יא מי יודע צו איך וואלט נישט געגאנגען בודק זיין אויף וואס די מדובר איז.

יעצט נאכען צוצייכענען אויף דעם ארטיקל אלטס ארטיקל פון יאהר, האב איך באמערקט די גאנצע נושא, לכתחילה יישר כח. וכל המקיים נפש אחת מישראל
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

אויף וויפיל ס'איז נאך ווערט, איך האב הערשט יעצט געהאט די געלעגנהייט צו לייענען לכתחילה'ס אמונה לעקציע! לאמיר דיך איין זאך זאגן, דאנק גאט פארן דיר געבן דעם כח, לאו דוקא דעם כח פון שרייבן, אבער דעם כח פון ארויסברענגען וואס ליגט אויפן געדאנק מיט די ריכטיגע ווערטער, וואויל איז דיין חלק, און שטארק איז דיין אמונה. משומר לאזט סייווי נישט דורך קאווע שטיבל אבער אויף וויפיל איך האב געהערט איז עס א גרויסע סכנה. שפתים ישק
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

א מחיה צו ליינען אזוינע ווערטער אין 2014
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

אפטימיסט האט געשריבן: אויף וויפיל ס'איז נאך ווערט, איך האב הערשט יעצט געהאט די געלעגנהייט צו לייענען לכתחילה'ס אמונה לעקציע! לאמיר דיך איין זאך זאגן, דאנק גאט פארן דיר געבן דעם כח, לאו דוקא דעם כח פון שרייבן, אבער דעם כח פון ארויסברענגען וואס ליגט אויפן געדאנק מיט די ריכטיגע ווערטער, וואויל איז דיין חלק, און שטארק איז דיין אמונה. משומר לאזט סייווי נישט דורך קאווע שטיבל אבער אויף וויפיל איך האב געהערט איז עס א גרויסע סכנה. שפתים ישק


איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן: מען דארף די אמת'ע ערליכע רייד פון "לכתחילה אריבער" פרעימען אין גאלד און אויפהענגן ביים טויער פון היימישע קרעטשמע.

א שטאלץ פאר אונז צו פארמאגן אזא מיטגליד!

א שטאלץ פאר אונז צו פארמאגן אזא מיטגליד!
א שטאלץ פאר אונז צו פארמאגן אזא מיטגליד!
א שטאלץ פאר אונז צו פארמאגן אזא מיטגליד!

ניכרין דברי אמת


Alien האט געשריבן:
ניגון עתיק האט געשריבן: ב"ה כ'דאנק דעם אייבירשטן אז כ'האב פארפאסט די סעמאטוכע דא, כ'בין נאר אנגעקומען צו דעם אשכול צו לכתחילה'ס ערשטע תגובה דא.

וואס זאל איך זאגן, אילו לא נבנה אתר אייוועלט רק לתגובה זו דיינו....


יעצט א ווארט צו די מנהלים.
לכתחילה'ס תגובה דארף ווערן ארויפגעקלעפט אויפן טויער, ווי איינער האט דערמאנט דא, צו געבן דעם טאן פאר נייע באזוכער, וואס אונזער ציל דא איז.
...
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

א מחיה צו ליינען אזוינע ווערטער אין 2017
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2412
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

אנטי-סיסטעם מיינט: נעבעך נישט מצליח געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

WOW הערשט יעצט דאס ערשטע מאל געליינט. און מיר צוגאנגען אין די ביינער פאר זיסקייט און מתיקות. די ארטיקעל מיינע: מוגה ע''י ידידי הרוצה בעולם שמו ותשחח"ל.
ותשחח''ל..

און א גרויסן דאנק פאר אונזער העלד לכתחילה פאר די ארטיקעל.

און כיהודא ועוד לקרא. וויל איך נאר צולייגן בלויז איין נקודה:


ליידער איז דא אסאך בחורים און היינט אינגעלייט און טאטעס פון קינדער. וואס נעבעך האבן נישט מצליח געווען אין די ישיבה יארן. און צוליב אסאך סיבות וואס איך קען מאריך זיין עד אין שיעור. הצד השווה שבהם. זאלט איר חברים גוט וויסן און פארשטיין. אז ווען איינער קומט צו אייך און זאגט אייך סיי וואס אז ער איז קעגן די סיסטעם. מיינט עס אז דא ליגט באהאלטן נעבעך יארן פון מיטמאכענישן אין די ישיבה יארן. און איך האב געווענדליך שטארק רחמנות און מיטלייד מיט די סארט אינגעלייט. "נאכאמאל" פאר איך גיי ווייטער: ווען איינער זאגט אייך מיט סיי וואס אז ער איז א קעגן די סיסטעם, מיינט עס אז נעבעך דער יוד האט נישט מצליח געווען אין די סיסטעם.


יעצט בעצם, ס'איז קלאר ווי די טאג אז ס'איז נישט מעגליך אויסצושטעלן א מהלך הלימוד מיט וואס הונדערט פראצענט בחורים זאלן מצליח זיין אין די ישיבות, און בפרט היינט אז יעדער דארף לערנען אין די מציינים ישיבות ואכמ''ל. עכ''פ ס'איז ליידער דא אסאך בחורים און ע''פ רוב זענען זיי אנגעווייטאגט מיט רעכט און מיט ריכטיגע סיבות וביודעי ובמכירי קאמינא, זייענדיג עוסק מיט די סארט בחורים. ובכן איז קודם כל מיין approach אנצוקוקען די סארט אנטי סיסטעם יודן מיט רחמנות און מיט געפיל און ווארעמקייט.

און פארשטייצעך דארף מען צו וויסן אז א ישיבה בחור'ס עיקר תכלית איז אויס צו וואקסען א בחור א ירא שמים מיט מידות טובות און ביי אונז חסידישע יודן, אויך א ווארעמע חסידישע בחור. איז ממילא די בחורים וואס קענען נעבעך נישט מצליח זיין אדער זענען פאקטיש ליידער זייער שוואך מצליח מיט די ישיבה לימודים א וודאי געוויס דארף מען זעהן כל מה שביכולות מיט וואס זיי זאלן יא קענען האבן די מאקסימום הצלחה אין לערנען וואס ס'איז שייך. אבער די עיקר תכלית איז נישט די לערנען צו אייביג באקומען די בעסטע ציונים וכדו'. נאר צו אויסוואקסען אן ערליכע יוד.

עכ''פ ווייסן מיר דעם כלל הידוע וואס אונזערע חז''ל לערנען אונז אז אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו און איך זאג אייך קלאר אז אונטער די רוב רובו פון די אנטי סיסטעם זענען נשמות מיט א ציבראכענע עבר. און מען טאר חס ושלום נישט אראפ קוקען די סארט יודן. ווייל וואס וואלט אויסגעוואסען מיט מיך אדער דיך ווען אונז וואלטן געהאט זייערע שווערע פארלאפענעם עבר?

אדרבה, טראכט'ס צוריק ווי די אלע אנטי-סיסטעם זענען געווען יונג ווי שטארק זיי האבן פראבירט צו מצליח זיין אין די ישיבה. און וואס האבן זיי טענות? זיי האבן טענות אויף דעם וואס זיי האבן נעבעך נישט מצליח געווען. איז דאך פשט אז זיי האבן פראבירט און שטארק געוואלט מצליח זיין. און פארדעם איז דאס די סיבה פארוואס זיי זענען אנטי די סיסטעם..

האב איך אמאל געהערט א שטארקע גדר פון דעם סקווירא רבי זצ''ל, האט ער אזוי געזאגט מקרב זיין אבער נישט זיך חבר'ן.

הייסט עס אזוי: א יוד וואס פילט אז ער איז און א העכערע מדריגה ווי די אנטי סיסטעם יודן אשרי לו ואשרי חלקו אבער חס ושלום יענעם צו אראפ קוקן. פונקט פארקערט יענעם גאר מקריב זיין! זאל ער זעהן אז די פארשטייסט וואס ער איז נעבעך אדורך! אבער ווערן זיין חבר, דאס נישט. ווייל אז א מענטש ווערט א חבר מיט איינעם שוואכער ווי איהם ווערט ער אראפ געשלעפט וזה ברור.

די עבודה פון א יוד איז אלץ צו גיין העכער ממדריגה למדריגה און די עבודה איז, שטייט און ספרים הקדושים, עבודת ישראל און נאך. איז אויף וואס א מענטש איז שווער אין עבדות השם פונקט דאס איז וואס מען פארלאנגט פון איהם ער זאל ארבייטן אויף. און פארדעם איז ער געקומען אויף די וועלט.

ממילא צום נושא דא, די סארט יודן וואס מיר רעדן דא דאס זענען די רובו דרובו פון די וואס דרייען זיך אויף קש, און ליידער זענען דא דארט אפי' וואס זענען ליידער אסאך אסאך ערגער פארקראכן כידוע ליודעים. ממילא זייער נישט ריכטיג לענ''ד צו אראפ צו קוקען די יודן נאר פארקערט רחמנות האבן אויף זיי. און פאר די וואס דארטן וואס דארפן ערנסטע ישועת מתפלל זיין און האפן אז זיי זאלן זיך צוריק קערן צו די ריכטיגע יודישע וועג. ובזה אסיים.
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 2:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9430
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

זייער ריכטיג געשריבען גאלדענע. הנאה געהאט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2412
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

מטעמים האט געשריבן: זייער ריכטיג געשריבען גאלדענע. הנאה געהאט.

מטעמים, כ'האב גרויס הנאה אז כ'האב דיר מיט עפעס געקענט מהנה זיין.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10329
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מטעמים האט געשריבן: זייער ריכטיג געשריבען גאלדענע. הנאה געהאט.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

גאלדענע! ליידער זייער א ריכטיגע פוינט.

אבער באמת גערעדט האט די סיסטעם טאקע אסאך שטארקע חסרונות.... אוי! מ'האט מיך אנדעקט.. שוין, זאל שוין זיין.. שלח.
:lol:
הנשמה שבמוחי
תנו רבנן
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2018 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנו רבנן »

גאלדענע פעדער האט געשריבן: האב איך אמאל געהערט א שטארקע גדר פון דעם סקווירא רבי זצ''ל, האט ער אזוי געזאגט "מקרב זיין אבער נישט זיך חבר'ן".


פון סאטמארער רב זי"ע איז דא ענליכס: "זיין גוט צויעדן נישט מיטיעדן"

און בעצם האסטו זייער קלאר און ריכטיג ארויסגעברענגט דעי זייער אנגעווייטאגטע נושא;

גאלדענע פעדער האט געשריבן: ממילא זייער נישט ריכטיג לענ''ד צו אראפ צו קוקען די יודן נאר פארקערט רחמנות האבן אויף זיי. און פאר די וואס דארטן וואס דארפן ערנסטע ישועת מתפלל זיין און האפן אז זיי זאלן זיך צוריק קערן צו די ריכטיגע יודישע וועג.


ממש דעי ווערטער האב איך געהערט פון "אדמו"ר מפאריסוב" שליט"א [בן הגה"ק ר' בנימין ראבינאוויטש זצ"ל],
און אויך האט ער געזאגט אז ווען מען קוקט אויף זיי מיט אזא בליק, און נישט ח"ו מיט א בליק פון ריחוק, האט עס א כח אריינצוברענגען אין יענעם געדאנקן זיך צוריקקערן [שוין העכערע זאכן...]
לעצט פארראכטן דורך תנו רבנן אום דינסטאג יאנואר 09, 2018 1:17 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
נקוט האי כללא בידך: אז יענער איז קלייןמיינט נישט אז דו ביסט גרויס!און אז יענער איז גרויסמיינט נישט אז דו ביסט קליין!!!
תנו רבנן
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2018 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנו רבנן »

מח בקדקדו האט געשריבן: אבער באמת גערעדט האט די סיסטעם טאקע אסאך שטארקע חסרונות....

גערעכט! אבער סאיז נישט מעגליך צו מאכן א סיסטעם אן די אלע חסרונות.
סאיז א ווייטאג אבער זאכן האבן זיך געטוישט, אינדערהיים איז בכלל נישט געווען אזא זאך ווי סיסטעם (נישט אז סאיז געווען איש כל הישר בעיניו יעשה ח"ו, נאר סאיז נישט געגאנגען אז אלעס האט געמוזט לויפן אויף א געוויסע סטרוקטשער..)
סאיז א ירידת הדורות:
נקוט האי כללא בידך: אז יענער איז קלייןמיינט נישט אז דו ביסט גרויס!און אז יענער איז גרויסמיינט נישט אז דו ביסט קליין!!!
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

תנו רבנן האט געשריבן: פון סאטמארער רב זי"ע איז דא ענליכס: "זיין גוט צו יעדן נישט מיט יעדן"


סאטמארער רב?? דו האסט עס געהערט פון אים?

... אומר דבר בשם אומרו...
...
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

אמרי חיים זי"ע
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכןאדער טוחן= מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
תנו רבנן
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2018 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנו רבנן »

פריילעך אידל האט געשריבן: אמרי חיים זי"ע

אינגעלייט!
סאיז גארנישט! סאיז א נארמאלע זאך יעדער שלעפט די גוטע זאכן צו זיך, ודי,
איך האב עס געהערט בשם אים,

אבער אפגעזעהן פון וועם עס קומט סיי "דער סאטמארער רב" און סיי דער אמרי חיים" זענען באגלויבט, ויש על מי לסמוך, אבער אן אמת ווארט איז עס זיכער!!

און אפשר וועט זיך עס האבן געלוינט, ווייל אזוי וועט עס אפשר מחייב זיין נאך אפאר יודן:
נקוט האי כללא בידך: אז יענער איז קלייןמיינט נישט אז דו ביסט גרויס!און אז יענער איז גרויסמיינט נישט אז דו ביסט קליין!!!
פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע:כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון יעצט »

דיסקלעימער: איך בין נישט קיין שרייבער און נאכן איבערשרייבן אפאר מאל האב איך באשלאסן צו לאזן דאס געשרייבעכץ וויאזוי ס'איז
כ'מיין אז ס'קוקט אויס שארף אבער איך וויל שוין נישט איבערשרייבן נאכאמאל. נאר כדי צו טרעפן אז די פאריגע נוסח איז געווען בעסער (איידעלער) סאן פליז עפליי די "טאטע שיק מיר הויזן" רול

הרב גאלדענע פעדער. דיין תגובה פארדינט זיך א באזונדערע אשכול און באלאנגט נישט דא. לעניית דעתי (איך מיין נישט צו שרייבן שארף. ס'איז אייגענטליך א קאמפלימענט)

ס'איז דא אסאך וואס זענען טאקע אנטי סיסטעם אבער נישט קיין אפיקורסים. אבער נישט איבער זיי איז געווען דער דיון אין דעם אשכול

מ'זאגט נאך פון ערליכע אידן (אדמו"ר מ'סאטמאר?) נעבעך א רשע איז אויך א רשע
איינער וואס איז אנטי ערליכע אידן איז (נעבעך) אן אפיקורס און מ'טאר אים נישט מקרב זיין. אפשררחמנות האבן
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2412
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

@פון יעצט, פון וויפעל איך ווייס איז דא דארט פון ביידע סארטן יונגעלייט פון וואס איר רעדט פון. אפיקורסים צו זיי האב מיך בלויז באצויגען ביים סויף. אז אויף זיי האב איך געשריבן אז מען דארף מתפלל זיין זיי זאלן תשובה טוהן.

אויף די אנטי סיסטעם פון דארטן און פון די אידישע פאלק בכלל, אויף זיי האב איך מיר באצויגען און געשריבן אז לפי ספרי חסידות (קאזניצע מגיד און נאך) טאר מען זיי נישט אראפ קוקען נאר פארקערט מקריב זיין און ווי צדיקים האבן געזאגט (סקווירא רבי זצ״ל סאטמאר רב זצ״ל און נאך) מקרב זיין זיך אבער נישט חבר׳ן. און ווער ווייסט צו ס׳איז נישט דא פון זיי וואס זענען אסאך חשובער ווי אונז מיטן ווייטער זיך פירן ערליך עד כמה שידם מגעת. אויב זיי ברעכען זיך פארן אייבערשטען אויף ווי ס׳איז זיי שווער. וואס לויט ספרי חסידות איז דאס וואס ס׳איז שווער דארט די פארלאנגטע עבודה.

סא די נעבעך א רשע איז אויך א רשע, דאס שטעל נישט אויף מיינע ווערטער וואס באציען זיך צו די שוואכערע אנטי סיסטעם יודן, וואס דאך ברעכען זיך צו טוהן רצון השם און זייער וועג. אוודאי איז דאס נישט פאר אונז, ווייל ווי געזאגט אונזערע (נישט אנטי סיסטעם יודן) נסיון איז אויף העכערע עבודה און ווי געזאגט פון ספרי חסידות איז די עבודה אויף דאס וואס ס׳קומט אן שווער.

אגב, וואלט איך געוואלט מרחיב זיין דעם דיבור און דעם נושא אויף א באזונדערע אשכול, אבער מנסיונו יוכיח אז טייל דא לאזן נישט לעבן ווען מען עפענט אויף א אשכול און נושא פאר זיך. ואתכם הסליחה.
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע:אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: לכתחילה, פארוואס שטערט עס דיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

א מחיה צו ליינען אזוינע ווערטער אין 2020
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: לכתחילה, פארוואס שטערט עס דיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

אל תדאג האט געשריבן: א מחיה צו ליינען אזוינע ווערטער אין 2020

א דאנק פארן ארויפברענגען
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה


מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע


ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק


[email protected]
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5330
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: לכתחילה, פארוואס שטערט עס דיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

שטארקע אשכולות געווע(ז)ן אמאהל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”