די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן

אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איך זוך צו קויפן א קאמפיוטער און אז ס'זענען דא אזויפיל מיני אינפארמאציע וואס רוב עולם האט מסתמא נישט קיין אנונג וואס ס'מיינט

כ'האף עפעס צאמצושטעלן מיט וויפיל איך ווייס יא און דער עולם זאל אריינפילן די איבעריגע

דערנאך וועלעך אי"ה אלעס אריינלייגן אינעם ערשטן תגובה כדי ס'זאל זיין גרינגער צו טרעפן

אויב וועט מיך איינער אויסכאפן און ארויפשטעלן די אינפארמאציע וועלעך מיך זייער פרייען ווייל עכט האבעך נישט קיין צייט...

און אויב איז שוין דא אזא אשכול ביטע אנווייזן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

הארד דרייווס.

דאס איז מן הסתם די וויכטיגסטע זאך צו קוקן אויף. עס זענען פארהאן בעיקר 2 סארט הארד דרייווס, HDD און SSD. ס׳איז זייער זייער ראטזאם אז די עיקר דרייוו זאל זיין אן SSD, די SSD דרייווס זענען אסאך, אסאך, שנעלער פון HDD דרייווס, ס׳איז בכלל נישט קיין דמיון. עס פלעגט זיין אז SSD דרייווס זענען געווען פיל טייערער, און מילא אז מען האט געקויפט א SSD, איז עס געקומען מיט ווייניג פלאץ, אבער כהיום קומען SSDs מיט גענוג און נאך פלאץ. ענדערעשער קויפן א 500 גיג SSD, איידער א 2 טעראבייט HDD.

טייל קאמפיוטערס האבן 2 דרייווס, די עיקר איז די SSD, דארט לייגט מען די פראגרעמס, און דערנאך א HDD פאר די פיילס, אזוי האט מען די בעסטע פון די ביידע וועלטען. אויב איז עס אזוי, דארף מען זיכער מאכן אז די פראגרעמס ווערען אינסטאללעד אויף די SSD, אויך פיילס וואס מען ניצט זייער אפט, זאלן אויך זיין אויף די SSD. אפילו אויב די קאמפיוטער קומט נישט מיט קיין צווייטע דרייוו, קען מען אלץ צוקויפן א עקסטערנעל דרייוו (אויב איז דא פלאץ קען מען אליין אריינלייגן א צווייטע הארד דרייוו אין די קאמפיוטער)

אינערהאלב SSDs איז אויך דא פארשידנע סארטן, אבער די חילוקים צעווישען די איז קליין, אויב איז די חילוק אין פרייז קליין, לוינט זיך אפשר צו קויפן די בעסערע, אויב ס׳איז א גרויסע חילוק לוינט זיך נישט.

פון בעסטע צו ארגסטע
PCIe
NVMe M.2/U.2
SATA M.2/U.2
SATA

אסאך מאל וועט שטייין NVMe PCIe, דאס איז די זעלבע וואו PCIe.

איך קען נישט זאגן אויף זיכער, אבער איך מיין אז כהיום יום זענען שוין SSDs גענוג ביליג, אז כמעט וואס ס׳איז נישט דא קיין HDD, אבער איך קען נישט זאגן אויף זיכער.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

בבקשה האט געשריבן:
דאס איז מן הסתם די וויכטיגסטע זאך צו קוקן אויף
אויב איינער נוצט בעיקר נאר גוגל קראום מאכט די הארד דרייוו אויך אזויפיל אויס?


כ'גיי א טראפקעלע מרחיב זיין יעצט אין הארד דרייווס

לאמיר אנפאנגען מיט די אלטע סארט HDD דאס טייטשט Hard Disk Drive
ס'ארבעט בערך ווי א סידי אדער דיווידי. ס'דרייט זיך און די כלי ליינט די אינפארמאציע, ס'האט אזא דיסק וואס אויף דעם שטייט די אינפארמאציע געשריבן

ווי שנעלער די דיסק דרייט זיך, אלץ שנעלער וועט די קאמפיוטער קענען טרעפן און ליינען די אינפארמאציע

די פאפולערע זענען (אויב געדענק איך גוט) 7200 אדער 5400 RPM וואס מיינט Revolutions Per Minute


SSD איז טייטש Solid State Drive. ארבעט בערך אדער גאר טאקע די זעלבע ווי א פלײש דרייוו, SD קארד וכדו'


די ססד איז פיל שנעלער אבער אויב גייט עס שלאפן איז שווערער (אדער אוממעגליך) צו ראטעווען די אינפארמאציע
לעצט פארראכטן דורך הענדימען אום זונטאג מאי 22, 2022 6:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

ביסט זיכער אז די SATA איז די ארגסטע ? מיר ליגט אין מאגן אז דאס איז די בעסטע .... אבער אז @בבקשה זאגט העלעך עס מברר זיין נאכמאל...
מיענווייל.... קיפעראפ.... מיינע מח באקסעס זענען אויף לאעדינג מאעד... ווארטענדיג פאר נאך....
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

א וויכטיגע דיסקלעימער

איך בין באמת נישט גענוג באקאנט מיט קאמפיוטערס און איך מאך זיכער טעותים

כ'וויל זיך באדאנקען פאר דעם וואס האט מיך אויפגעמערקט אין אישי אז RPM מיינט Revolutions און נישט Rounds און כ'וויל טאקע בעטן אז ווער ס'זעהט אז כ'בין זיך טועה זאל אויפמערקן. קען זיין אין פאבליק
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15337
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

וואס איז די חילוק צווישן די nvme און pcle?
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2803
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

הענדימען האט געשריבן:
אויב איינער נוצט בעיקר נאר גוגל קראום מאכט די הארד דרייוו אויך אזויפיל אויס?

די ססד איז פיל שנעלער אבער אויב גייט עס שלאפן איז שווערער (אדער אוממעגליך) צו ראטעווען די אינפארמאציע
פאר קראום איז וויכטיגער רעם דאכט זיך.

ססד איז טאקע שווערער צוריקצובאקומען אבער היות ס'איז נישט קיין פיזישע זאך וואס דרייט זיך מיט גאר אסאך טעכנישע פיזישע פרטים צוברעכט זיך עס כמעט נישט. (לדוגמא שנעלערע RPM מיינט אויך אז די מאטאר דארט ארבייט שווערער און ווערט דערפאר אסאך שנעלער אפגענוצט.)
אבער אז מ'מעקט בטעות אויס איז טאקע א פראבלעם מיט ססד (מ'ברויך דאך עניוועי האבן בעק-אפ)
אויך ווערט אסאך ווייניגער דאטא קאראפטירט אויף ססד.


פונקט היינט גענוצט א לעפטאפ מיט ניש'קשה'דיגע עמאונט פון רעם און נישט א שלעכטע פראסעסאר אבער די סיסטעם האט אזאנס געדרעגט צוליב די הדד הארדדרייוו אז ס'נישט געווען פשוט.
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3252
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

https://www.professormesser.com/free-a- ... -220-1101/
הער אים אויס. וועסט הנאה האבן.
איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

הענדימען האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
דאס איז מן הסתם די וויכטיגסטע זאך צו קוקן אויף
אויב איינער נוצט בעיקר נאר גוגל קראום מאכט די הארד דרייוו אויך אזויפיל אויס?


כ'גיי א טראפקעלע מרחיב זיין יעצט אין הארד דרייווס

לאמיר אנפאנגען מיט די אלטע סארט HDD דאס טייטשט Hard Disk Drive
ס'ארבעט בערך ווי א סידי אדער דיווידי. ס'דרייט זיך און די כלי ליינט די אינפארמאציע, ס'האט אזא דיסק וואס אויף דעם שטייט די אינפארמאציע געשריבן

ווי שנעלער די דיסק דרייט זיך, אלץ שנעלער וועט די קאמפיוטער קענען טרעפן און ליינען די אינפארמאציע

די פאפולערע זענען (אויב געדענק איך גוט) 7200 אדער 5400 RPM וואס מיינט Revolutions Per Minute


SSD איז טייטש Solid State Drive. ארבעט בערך אדער גאר טאקע די זעלבע ווי א פלײש דרייוו, SD קארד וכדו'


די ססד איז פיל שנעלער אבער אויב גייט עס שלאפן איז שווערער (אדער אוממעגליך) צו ראטעווען די אינפארמאציע

די ספידס פון די hdd וואס די שרייבסט דא איז שרעקעדיק שטייט! אז די גייסט שוין יא מיט א הארד דיסק גיי כאטשיג מיט א 1500 rpm.

א HDD קען אראפ שלעפן די שנעלסטע סופער קאמפיוטער צו א קלאץ ווייל עס איז א פיזישע דיסק וואס ארבעט בערך ווי א סי די און דארף זיך פיזיש דרייען צו שרייבן און ליינען .
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
די פאפולערע זענען (אויב געדענק איך גוט) 7200 אדער 5400 RPM וואס מיינט Revolutions Per Minute

די ספידס פון די hdd וואס די שרייבסט דא איז שרעקעדיק שטייט! אז די גייסט שוין יא מיט א הארד דיסק גיי כאטשיג מיט א 1500 rpm
עפעס א טעות האסטו דא



האמער א סורטש געטאן. פארשטייעך אז דו מיינסט 15,000 RPM

אבער דאס איז נישט סטאנדארט


כ'האב טאקע אמאל געהאט א גוטע שנעלע קאמפיוטער מיט א הארד דרייוו. יוש האטער געקענט קלאצן צומאל
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3252
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

הענדימען האט געשריבן:
איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
די פאפולערע זענען (אויב געדענק איך גוט) 7200 אדער 5400 RPM וואס מיינט Revolutions Per Minute

די ספידס פון די hdd וואס די שרייבסט דא איז שרעקעדיק שטייט! אז די גייסט שוין יא מיט א הארד דיסק גיי כאטשיג מיט א 1500 rpm
עפעס א טעות האסטו דא



האמער א סורטש געטאן. פארשטייעך אז דו מיינסט 15,000 RPM

אבער דאס איז נישט סטאנדארט


כ'האב טאקע אמאל געהאט א גוטע שנעלע קאמפיוטער מיט א הארד דרייוו. יוש האטער געקענט קלאצן צומאל
געווענליך האט קלאצן מער מיט Ram אדער CPU. ווי הארד דרייוו.
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

can we also add ssd
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3252
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

מ'לייגט דא אראפ HDD ווי עפעס א אלטע היסטארישע צוריקגעבליבענע זאך פון אמאל.

רוב קאמפיוטערס היינט נוצן נאך HDD. און פאקט פאר גרעסערע סייזעס דרייווס, נוצט מען דאס לכתחילה.

פאר פשוטע קאמפיוטער באנוצערס מאכט נישט אויס, און כאפט נישט די חילוק אין ספיעד.

ווי לאנג די נוצט נישט קיין גרעסערע פיילס, אדער גרעסערע פראגראמען פון קראום, ווארד, עקסעל אדג. קוק מער אויף Ram ווי SSD.

אויב דו נוצט ווינדאוס 10, מאך זיכער האסט כאטש RAM 16GB. מייקראסאפט איז צופרידן מיט קארגע עטליכע RAM GB, צו אינסטאלירן און אנצינדן ווינדאוס. אבער אין פאקט, ווינדאוס זאל גיין געשמירט, מוז זיין כאטש RAM 16GB.

Ram איז וואס האלט דיינע פיילס און פראגראמען ווען די נוצט עס. יא, דו שרייבסט כסדר אויף דיין הארד דרייוו אבער די נוצט מער Ram.

הארד דרייוו איז די פארקינג ספאט, Ram איז די הייוועי.
געווענליך איז נישט די פארקינג וואס מאכט די טרעפיק.

HDD איז א טייטערע פארקינג ספאט, SSD איז א ברייטערע פארקינג ספאט, ספאַרקט זיך שנעלער אריין.

אבער ווען דו דרייווסט איז די עיקר די ראוד זאל זיין פריי צו קענען פארן.
לעצט פארראכטן דורך בסד אום פרייטאג מאי 27, 2022 10:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
וואס איז די חילוק צווישן די nvme און pcle?
איך וועל מסביר זיין מיט א משל, לאמיר זאגן אז איינער האט א קאר פעקטערי, און זיינע קארן דארפן טשיפס, טאמער קען ער נישט באקומען קיין טשיפס, קען ער נישט מאכן קיין קארן. יעצט, איז דא א טשיפ פעקטערי, זיי מאכן טשיפס און זיי שיקן עס צו די קאר פעקטערי, אלעס פיין און וואויל, וואס געשעט אבער אז די טשיפ פעקטערי מאכט ווייניג טשיפס? קען די קאר פעקטערי נאר מאכן קארן לויט וויפיל טשיפס די טשיפ פעקטערי שיקט עם.

יעצט לאמיר זאגן אז די טשיפ פעקטערי פראדיצירט גענוג און נאך טשיפס, יעצט דארף די טשיפ קאמפיני שיקן די טשיפס צו די קאר פעקטערי, אויב זאל די שיפינג קאמפיני נישט האבן גענוג טראקס אדער טרעינס, וועט די טשיפ פעקטערי זיצן מיט די טשיפס ביי זיך, און די קאר פעקטערי וועט זיצן און ווארטען פאר טשיפס.

גענוי די זעלבע זאך איז מיט קאמפיוטערס, די ״טשיפ״ פעקטערי, דאס איז די הארד דרייוו, יעצט NVME איז א טעכנאלגיע וואס מאכט SSDs שנעלער, דאס מיינט אז די טשיפ פעקטערי מאכט מער טשיפס, אבער דאס אז די SSD ארבייט שנעלער, דאס איז נישט אלעס, מען דארף נאך קענען אריבערפירן די טשיפס, דא קומט PCIe אריין, PCIe פירט די דעטע פון די הארד דרייוו צו די איבריגע חלק פון די קאמפיוטער.

געווענליך גייען NVME און PCIe צוזאמען, ווייל עס האט נישט קיין שום פשט צו מאכן א NVME SSD, און דערנאך ניצן SATA, וויבאלד דאן קוקט מען אויס ווי די טשיפ קאמפיני וואס זיצט מיט טשיפס, און די קאר קאמפיני ווארט פאר טשיפס.

יעצט אויב איז אמת אז PCIe איז שנעלער פון SATA און געהעריגע SSDs פארוואס האב איך געשריבן אז עס לוינט נישט געווענליך צו צאלן עקסטער דערפאר? די תירוץ איז פשוט, צוריק צום משל מיט די קאר קאמפיני, די קאר קאמפיני דרייט זיך נישט בלויז ארום טשיפס, ער דארף אייזען, פלעסטיק, סקרויס, מאשינען, ארבייטער, פלאץ וכו׳ וכו׳, מילא איז דא א לימיט וויפיל ער קען ארויסגעבן אפילו ער האט אלע טשיפס אין די וועלט. נאר וואס דען, אויב קען ער נישט באקומען קיין טשיפס, קען ער האבן אלעס אנדערש לרחצה, און די פעקטערי וועט זיצן. די זעלבע איז מיט די קאמפיוטער, ער קען האבן א הארד דרייוו וואס איז מורא׳דיג שנעל, אויב אבער קען די CPU, נישט האנדלען אזויפיל דעטע, האט מען גארנישט פון די שנעלע הארד דרייוו.

נאך א נקודה, אפילו א קאר פעקטערי זאל האבן אלעס אין די וועלט, אפילו טשיפס, וועט ער אויך נישט פראדיצירן קארס אבי אין די וועלט אריין, וויבאלד ער דארף אויך האבן פאר וועם עס צו פארקויפן, עס מוזן זיין מענטשען וואס ווילן קארן. די זעלבע זאך איז מיט די קאמפיוטער, אויב לויפסטו נישט קיין פראגרעמס וואס פארלאנגען זאכן פון די הארד דרייוו אזוי פיל, האסטו גארנישט פון די שנעלע הארד דרייוו, וויבאלד די דארפסט עס נישט.

לסיכום, א HDD, וועט גאר אפט נישט ארבייטען גענוג שנעל צו קענען מיטהאלטען מיט די קאמפיוטער, און גאר אפט וועט מען ניצן פראגרעמס וואס וועלן פארלאנגען מער פון וויפיל די HDD קען ליינען, משא״כ SSDs אפילו א פשוט׳ע וועט כמעט קיינמאל נישט צוריקהאלטען די קאמפיוטער, און אפילו ווען די קאמפיוטער איז אזוי שטארק אז עס לויפט פאראויס פון די SSD, וועט מען זעלטען דארפן ליינען פון די SSD מער פון וויפיל עס קען פארנעמען, מילא לוינט זיך נישט אפצוגרעדן, חוץ אויב ס׳איז א קליינע חילוק אין פרייז.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בסד האט געשריבן:
געווענליך האט קלאצן מער מיט Ram אדער CPU. ווי הארד דרייוו.
נישט ריכטיג, אויב די ווילסט זיך איבערצייגן, עפען טעסק מענידזשער, קען מען זען וואס ווערט גענוצט מער לגבי פרעסטנידזש, וועסטו זען אז דיסק איז אסאך אפטער ביי 100% וואו איידער CPU אדער Memory. איך רעד ווען מען ניצט א HDD.

איך ווייס נישט טאמער די ווייסט, אבער ווינדאוס סעיווט עכ״פ 50% פון דיין רעם אויף די הארד דרייוו, אזוי אז אויב די קאמפיוטער לעשט זיך פלוצלינג אויס, קען ער צוריקשטעלען אלע פראגראמען וויאזוי זיי זענען געווען. חוץ מזה, ווינדאוס ניצט דיין הארד דרייוו אלץ א בעקאפ פאר רעם, אויב לויפט ער אויס פון רעם, דאן וועט ער ניצן די הארד דרייוו, אסאך מאל וועט ווינדאוס ניצן די בעקאפ לכתחילה, אפילו ס׳איז דא איבערגענוג רעם. מילא דעס אליין קען אויפעסען די הארד דרייוו צייט.
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3252
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

בבקשה האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:
געווענליך האט קלאצן מער מיט Ram אדער CPU. ווי הארד דרייוו.
נישט ריכטיג, אויב די ווילסט זיך איבערצייגן, עפען טעסק מענידזשער, קען מען זען וואס ווערט גענוצט מער לגבי פרעסטנידזש, וועסטו זען אז דיסק איז אסאך אפטער ביי 100% וואו איידער CPU אדער Memory. איך רעד ווען מען ניצט א HDD.

איך ווייס נישט טאמער די ווייסט, אבער ווינדאוס סעיווט עכ״פ 50% פון דיין רעם אויף די הארד דרייוו, אזוי אז אויב די קאמפיוטער לעשט זיך פלוצלינג אויס, קען ער צוריקשטעלען אלע פראגראמען וויאזוי זיי זענען געווען. חוץ מזה, ווינדאוס ניצט דיין הארד דרייוו אלץ א בעקאפ פאר רעם, אויב לויפט ער אויס פון רעם, דאן וועט ער ניצן די הארד דרייוו, אסאך מאל וועט ווינדאוס ניצן די בעקאפ לכתחילה, אפילו ס׳איז דא איבערגענוג רעם. מילא דעס אליין קען אויפעסען די הארד דרייוו צייט.
איך זאג נישט אנדערש ווי דיר.

איך רעדט פון איינעם וואס נוצט א קאמפיוטער צו בראוזען און פאר ווארד.

אוודאי פאר מער ערנסטע באנוץ ביסטו גערעכט.

מ'האט דא אראפגעלייגט HDD ווי עפעס וואס מ'נוצט נישט היינט. האב איך עס באלאנסירט.

נישטא קיין כלל, יעדער טוט עפעס אנדערש מיט א קאמפיוטער. אויבן אויף, אויב ס'איז שטייט, קוק קודם אויף RAM.

פארן קוקן אין טעסק מענעדשער, אדער ראנען פּערפארמענס מאניטאר. מענטשן שאצן אינטער RAM.
לעצט פארראכטן דורך בסד אום פרייטאג מאי 27, 2022 11:01 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בסד האט געשריבן:
איך זאג נישט אנדערש ווי דיר.

איך רעדט פון איינעם וואס נוצט א קאמפיוטער צו בראוזען און פאר ווארד.

אוודאי פאר מער ערנסטע באנוץ ביסטו גערעכט.

מ'האט דא אראפגעלייגט HDD ווי עפעס וואס מ'נוצט נישט היינט. האב איך עס באלאנסירט.
איך רעד פון א פשוטער באנוצער, וואס ניצט עס פאר זיך אין אפיס, אדער אינדערהיים, אויב זיין קאמפיוטער גייט שטייט אדער ס׳פריזט איז די סיבה כמעט אלעמאל די HDD, נישט רעם,
נישט CPU, איבערצייג דיר אליין מיט די טעסק מענידזשער.

און יא HDD האט נישט קיין פלאץ אלץ אן עיקר דרייוו אויף וואס ווינדאוס לויפט אויף. פאר פלאץ קען מען האבן א צווייטע HDD.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

בסד האט געשריבן:
געווענליך האט קלאצן מער מיט Ram אדער CPU. ווי הארד דרייוו.
בבקשה האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:
איך זאג נישט אנדערש ווי דיר.

איך רעדט פון איינעם וואס נוצט א קאמפיוטער צו בראוזען און פאר ווארד.

אוודאי פאר מער ערנסטע באנוץ ביסטו גערעכט.

מ'האט דא אראפגעלייגט HDD ווי עפעס וואס מ'נוצט נישט היינט. האב איך עס באלאנסירט.
איך רעד פון א פשוטער באנוצער, וואס ניצט עס פאר זיך אין אפיס, אדער אינדערהיים, אויב זיין קאמפיוטער גייט שטייט אדער ס׳פריזט איז די סיבה כמעט אלעמאל די HDD, נישט רעם,
נישט CPU, איבערצייג דיר אליין מיט די טעסק מענידזשער.

און יא HDD האט נישט קיין פלאץ אלץ אן עיקר דרייוו אויף וואס ווינדאוס לויפט אויף. פאר פלאץ קען מען האבן א צווייטע HDD.
איך האב געהאט איבערגענוג רעם און א גוטע פראסעסאר

איך האב געקויפט גאר א גוטע קאמפיוטער פאר א שיינע פאר מאות און דא דארט פלעגט ער זיך געבן א פארקלאץ. קוויקבוקס איז געווען א דיזעסטער און נאך

אויך האבעך נישט גענוצט מיין גאנצע רעם סאו דאס איז עס נישט געווען
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3252
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

הענדימען האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:
געווענליך האט קלאצן מער מיט Ram אדער CPU. ווי הארד דרייוו.
בבקשה האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:
איך זאג נישט אנדערש ווי דיר.

איך רעדט פון איינעם וואס נוצט א קאמפיוטער צו בראוזען און פאר ווארד.

אוודאי פאר מער ערנסטע באנוץ ביסטו גערעכט.

מ'האט דא אראפגעלייגט HDD ווי עפעס וואס מ'נוצט נישט היינט. האב איך עס באלאנסירט.
איך רעד פון א פשוטער באנוצער, וואס ניצט עס פאר זיך אין אפיס, אדער אינדערהיים, אויב זיין קאמפיוטער גייט שטייט אדער ס׳פריזט איז די סיבה כמעט אלעמאל די HDD, נישט רעם,
נישט CPU, איבערצייג דיר אליין מיט די טעסק מענידזשער.

און יא HDD האט נישט קיין פלאץ אלץ אן עיקר דרייוו אויף וואס ווינדאוס לויפט אויף. פאר פלאץ קען מען האבן א צווייטע HDD.
איך האב געהאט איבערגענוג רעם און א גוטע פראסעסאר

איך האב געקויפט גאר א גוטע קאמפיוטער פאר א שיינע פאר מאות און דא דארט פלעגט ער זיך געבן א פארקלאץ. קוויקבוקס איז געווען א דיזעסטער און נאך

אויך האבעך נישט גענוצט מיין גאנצע רעם סאו דאס איז עס נישט געווען
אויב אזוי גיי צו SSD. אויב ס'איז נישט געווען מאלוועיר. אדער פרעגמעטעשען. און א שנעלע דרייוו.
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3252
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

בבקשה האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:
געווענליך האט קלאצן מער מיט Ram אדער CPU. ווי הארד דרייוו.
נישט ריכטיג, אויב די ווילסט זיך איבערצייגן, עפען טעסק מענידזשער, קען מען זען וואס ווערט גענוצט מער לגבי פרעסטנידזש, וועסטו זען אז דיסק איז אסאך אפטער ביי 100% וואו איידער CPU אדער Memory. איך רעד ווען מען ניצט א HDD.

איך ווייס נישט טאמער די ווייסט, אבער ווינדאוס סעיווט עכ״פ 50% פון דיין רעם אויף די הארד דרייוו, אזוי אז אויב די קאמפיוטער לעשט זיך פלוצלינג אויס, קען ער צוריקשטעלען אלע פראגראמען וויאזוי זיי זענען געווען. חוץ מזה, ווינדאוס ניצט דיין הארד דרייוו אלץ א בעקאפ פאר רעם, אויב לויפט ער אויס פון רעם, דאן וועט ער ניצן די הארד דרייוו, אסאך מאל וועט ווינדאוס ניצן די בעקאפ לכתחילה, אפילו ס׳איז דא איבערגענוג רעם. מילא דעס אליין קען אויפעסען די הארד דרייוו צייט.
ווינדאוס וועט נוצן ווירטועל מעמארי, אפילו איך האב גענוג רעם?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בסד האט געשריבן:
ווינדאוס וועט נוצן ווירטועל מעמארי, אפילו איך האב גענוג רעם?
אין געוויסע פעלער, יא.
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע:איך ווייס נישט

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

עס איז קלאר אז א SSD איז זייער זייער א וויכטיגע זאך צו האבן און איך זעה עס אלעמאל אז מענטשן האבן גאנץ א גוטע פראסעסאר און גאנץ גוטע רעם און די הארד דרייוו מאכט די קאמפיטער שטייט און ווען איך טויש עס צו א SSD ווערט די קאמפיטער צעהן מאך שנעלער, עס קען נעמען זיך צו אנצונדן 20 סאקונדעס אנשטאטס דריי מינוט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

בבקשה האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:
ווינדאוס וועט נוצן ווירטועל מעמארי, אפילו איך האב גענוג רעם?
אין געוויסע פעלער, יא.
פארוואס?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

[quote="בבקשה"]

זייער קלאר
אוועטאר
תלמי המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 23, 2021 10:21 am
לאקאציע:עגיפטן

Re: די באדייט פון קאמפיוטער ספעקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמי המלך »

בבקשה האט געשריבן:
שכח
שרייב תגובה

צוריק צו “קורסן און קלאסן”