מיין שכן אבא זעקיל קייבערויבער* "דער געפערליכער"

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

מיין שכן אבא זעקיל קייבערויבער* "דער געפערליכער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולש »

מיין שכן אבא זעקיל קייבערויבער*

*די נאמען איז פאר איי די פוירפעסעס אנלי



פון דעם אבא זעקיל רעדסטו?...יא! טאקע פון אים רעדט איך!!!, אמין שייגאץ דאס!...

צו מיין שלעכט מזל האב איך די אנפארטשענעד פלעזשור אז דער אבא זעקעלע האט געדינגען א זיץ אין ס'מעדריש הארט נעבן מיינס- שוין פאר עטליכע יאר צירוק. און ווי עס שיינט האט דער חלקה נושא חן געווען ביי זיינע פליישיגע אויגן און כשב אל קיאו קימט ער צירוק יאר יערליך, צו מיין שרעקליכע אויפברויז און אמעריסטעקעראפאטיע.

פאר די וואס האבן -דאנקט ג-ט - זיך נאכנישט באקענט מיט זעקעלע, לאמיך געבן א קורצע דעסקריפציע: רינדעכיג ווי א גארביזש בעג, שטינקעדיג ווי א גארביזש בעג און אנגעלייגט ווי א גארביזש בעג, דער כרס זיינע מיטן ברכיים זענען ווארלד רעקארד סייזעס - ממש ס'הענגט, פיל וואסער האבן שוין אריבערגעשפרייזט דעם מיסיסיפי זינט א שאוער האט אים געזעהט ס'לעצט.

דאס אלעס וואלט מיר נאכנישט אנגעגאנגען, איך האב גארנישט קעגן רינדיגע אידן, אידן וואס הארעווען שטארק און מסכת אכילה מיט אלע מפורשים, אידן וואס שטעלן דאקטער עטקין אויף די זעלבע שטיפע מיט מענגעלע ימ"ש. אדרבא! זאלן זיי מרבה זיין שטיקער צום כלל ישראל און זאלן זיי העלפן אנפילען מיין פארטייס ברענטשעס. און ווידער אום מיטן שאוער, די רבי (להבדיל) האט זיך דאך אויך אנגעבליך נישט געוואשען.

נאר וואדען, דער צרה הייבט זיך אן ווען א גרויסע פראצענט אבא זעקיל ענדיגט אויף מיין דערנעבענדע זיץ, און איך ווער געצווינגעען זיך צי באגניגען מיט א רבע אמה וטפחיים אראפציזעצן מיין זעקל ביינער נאך א אויסגעמאטערטע פארצויגענע (אבער ווארימע) אבינו מלכינו, אידאס יושר? כאב באצאלט פאר א גאנץ זיץ בכסף מלא און די געסט עס אזוי א לקח'ן אוועק, זה תורה וזה שכרה?

כעל דיר זאגן אפן אין פעש: איך בין נישט מותר קיין כי הוא זה!, די דאווענסט אין א ביהמ"ד גזולה, דאס איז מיין זיץ, מיין שטאט, מיין ארבטייל און מיין פלוין, ענד מיין אנלי.

פארוואס אבא'לע ווערסטו מיר דא קארג? ווען די פארסט מיט א ערעפלאן באשטעלסטו דיך אייביג צוויי זיצען, און לאו דוקא איינס לעבן ס'אנדערע- נאר איינס פארענט פינעם פליגער און איינס פון הונטען און אלע זיצען אינצווישען. פארוואס אין שול איז דיר איין זיץ געניג? הא?

רבותי! כמיין נישט דא קיינעם אבער ווער ס'מיינט אז אים מיינעך, נע! נישט אים מיינעך, אבא זעקיל פרעגט שטענדיג זיינע שכנים אין ביהמ"ד צי זיי האבן גיט אויסגעהערט דעם רבינ'ס תקיעת שופר דרשה. ווייל אים מיינט מען קיינמאל נישט.

איך וויל נישט מקטרג זיין אויף אידן יעצט סאמע עשרת ימי תשובה, אבער געניג איז נאך ווי גענוג, וויפיל אידע שיעור צי ליידן און שווייגן?
איין מאל פאר אלעמאל מיז איך שטעלן דעם שכן מיינע אויפן מקום, און דערציילן פאר אלעמען זיינע אלדאס בייזן און דיינעם לויב, וואס כאב אויסצישטיין יאר יערליך, ער פארוואנדעלט מיר דעם יום טוב און א בייזע קאשמאר

אויב איז נאכנישט די והותר אז ער קעמאנדעוועט אויף מיין זיץ האט ער נאך אריינגעשטעלט א פללאאך מיטן מיך בארויבען פון מיינע העמאנטורישע רעכטן, נעמליך: מיין קעסטל פארענט פון מיר.

אנגעהויבען האטזעכעס, ווען ער האט מיט עטליכע יאר צירוק פארלאנגט אריינצישטעלען זיינע דריי מחזורים ביימיר. איך נאאיווערהייט האב וויאנער מסכים געווען, אבער די קאנציקווענסען פון יענע הסכמה מיט אירע נאכווייען שפירען זיך ביזן היינטיגע טאג.

דער אומדערטרעגליכע שכן מיינער לאזט נישט קיין מנוחה, ער בורדערט ארום מיט די מחזורים א גאנצן דאווענען, ביי פסוקי דזימרה ווילער זיין גרויסע מחזור דברי יואל, ביי די יוצרות פארלאנגט ער זיין אפגעוועטשטע מחזור המפורש און ביים לייינען- זיין ווייבס לעדערנע קרבן מנחה, וחוזר חלילה. ער קאטעוועט ארום מיט די מחזורים ווי א סעלס-מען מיט זיינע סעמפעלס, ווי סוואלט קיין מארגן נישט געווען.

און אויב דאס וואלט איך נאך געקענט אראפ שלינגען, האט זיך מיין ליבלינג שכן לעצטענס געעפענט א פארטיגע בעיוטי סאלאן ביי מיר אין שטענדער, ער האט זיך איינגערישט מיט א גרעסערע קוואנטום פון אשר יצר פאפיר (וואס אגב מאכט די לאנגע וועג פון שטענדער צי זיין נאז און פון דארט צי זיין רעכטע טאש און פון דארט אינטער מיין זיץ אויף די ערד) עטליכע באטלעך מיט וואסער (וואס ער שפריצט נאך יעדע וכול מאמינים אויף זיין הענט און גלייכצייטיג אויף אלע ארימיגע) און אויך א גאנצע באראזש פון טאביק און בשמים קאלעקציע צי זיין דיספאזיציע. הישמע כזאת?

וויפיל קען איין מענטש אליין ליידן?מתי יבא??(בניגון הידועה של יאמי לעווי)

און אז כרעד שוין צידיר אבא זעקיל, די מיינסט איך האב נישט באמערקט ווי די ציילסט מיט דיין פינגער אויף דיין טלית די זיבן למנצח'ס, אזוי כיטרע אז קיינער קען נישט חלום'ן אז די ציילסט יעצט, אבער פארפאלען כאב געזעהן דאס גאנצע שפיל דיינע, שוין דריי יאר צירוק ביי ה' הוא אלוקים פון יום הקדוש האב איך עס אויפגעפאסט און זינט דאן פאלג איך דיך נאך פון דער נאנט און גאאטשע! געפאקט ביי די מעשה, (, כאפט א בליק אויף אייער שכן און אויף אייך ביים ציילן, סלוינט זיך, כ'רעדט פון עקספיריענס. מען וואלט געדארפט מאכן א אנקעטע וויאזוי דר'עולם ציילט, [וויאיז זיס ווען מברויך אים נויטיג])

נאך איין טענה צי דיר- אז כהאב שוין די שופר אין מויל, פאר מיין זיץ און קעסטל בינעך דיך גיט פאר א שכן, פאר מיין הוק אויפציהענגען דיין שטריימל בינעך דיר אויך גוט, אבער ווען סקימט צי התרת נדרים דארט ווער איך פסול, דארט דארפסטו גיין זיכן מענטשן מיט לענגערע בערד פון מיר, היפאקראטיע בתפארתו #16

איך ענדיג מיינע שירות מיט א געבעט אז הימים האלו נתהפכו לשששון ולשמחה במנוחה ושלוה, אמן כיה"ר



נ.ב. יעצט איז דער ציבור געלאדענט צי שרייבן אז זיי האבן גאר געשיקט דען אבא זעקיל צי זיצן נעבן מיר, אדער אז זיי גאר זענען דער אבא זעקיל
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מתוק מדבש..
אויף יעדע ווארט דיינע קען מען צולייגן א בארג!
יו... דו זאגסט דאך אזוי גוט. שוין גארנישט קיין נייער דא דיינע אויסדריקן זענען תוך תוכיות מלא וגדוש.
לאכטי ופלאצטי בענעזאם.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע:ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

אוי, נעבעך, וואס איז אויסגעוואקסן פון דעם אבא זעקיל'ן.. זאל ער מיר זיין געזונט און שטארק!
דאכצעמער ער איז שוין היינט אביסל אוועל, נישט אזוי רינדיכיג... נו, אפאר טאג נאך ראש השנה וועלן מיר נישט רעדן קיין לשון הרע וואס ער האט מיר אלס אנגעמאכט איז ישיבה, אייביג צוגענומען מיין פארשען און געלאפן אין קיך בעטן פאר א פערטע....
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דאס איז א קרעטשמערישער ארטיקל פון יעדען הינזיכט!

רב גולש. מ'האמער שטארק הנאה געהאט דערפון. איך וויל זיך חלילה נישט פרייען מיט דיינע פראבלעמען, אבער אפשר זאגט איר אונז וואס נאך איר מאכט מיט סתם אזוי. ערשטענס אלץ דאגה בלב איש זאל מען מאכן אן ארטיקל והשנית והוא העיקר מיר וועלן גאנץ זיכער שטארק הנאה האבן דערפון.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8094
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

געקריגן אין אימעיל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אשמח ועגי"ל, להשיב חבירי הדגול, כזקן ורגיל, ה"ה הרב הגולש פה גוגל.

הלא כל הולך על גחון, על שבתך מכון, מקרוב רחוק טוב שכן, אגיד האמת אכן.

דא עקא, שהזיץ שייך לי בחזקה, בתורת השקה, והדו"ד: סתם עיצו"ת להסקה.

בדבר ריח הניחוח, אין לשכוח, הרי למשוסה שאסיך, לא נותנים לי כניסה במרחצותיהם, שהבור רק אין מים, בהכנסי המה עולים מאליהם.

תנא ושייר, אשאיר חלק את יתר הנייר...

נאם הגבר, גנב הקבר (קייווערויבער), שבר על שבר, אבא זעקל, פרעס טרעקל, הני בריוני, יושב בשבת תחכמוני, בין תנור וכיריים, עולם ה'איים (איי-וועלט בלע"ז).
...........
גולש'ל, שוין לאנג נישט געלאכט אזוי... זי מיינט אז כ'בין משוגע...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

נו מיט אזא געשמאקן 'גולאש', אוודאי רייצט אבא'לען די אפעטיט צום אכילה, סאיז נאך איצטמיכא פתוחה...

נאטאך א ווארשיינליכן בילד פון אונזער 'גולש' (goulash)...
אטעטשמענטס
301089-Graveyard-Goulash.jpg
301089-Graveyard-Goulash.jpg (26.56 KiB) געזען 7348 מאל
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נהנתי ופלצתי (ג"פ קהל וחזן)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

חזן: קראתי ונהניתי מאמרו של גולשי, פלוץ נפלצתי בקרחתי ובגבחתי.

א'ל מלך יושב..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אוי איז דאס גוט.....
די זאפטיגע תגובות אין רעאקציע צו דעם ארטיקל זענען די בעסטע קאמפלימענטן פארן ארטיקל זעלבסט.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע:אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

ר גולש יו אר סא סוויט , איי מיען ווערי ווערי סוויט

ביטע נאך יום כיפור פארצייל אונז ווי אזוי די כל נדרי איז פאריבער
טענקעס
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולש »

אונגארישער האט געשריבן:
ביטע נאך יום כיפור פארצייל אונז ווי אזוי די כל נדרי איז פאריבער
טענקעס

כל נדרי איז אדורעך גאר דערהויבען, ווי עס שיינט ליינט ניט אבא זעקיל דעם אייוולט זשורנאל ווייל קיין גרויסע שנוים האט זיך ניט אנגעזעהן, עטליכע מחזורים האבן ווייטער אויסגעטוישט הענט, און ציגאב צי די גאנציעריגע געשטאנק איז אויך ציגעקימען א שווערע-מאלעריע- מויל גערוך, און די טאביק... אה מיי גאד כאב נישט געוויסט אז טאביק קען אויך שמעקן פון טוט פעיסט.
קיין איינציגסטע פונט האט ער נישט פארלוירען, און ווי צי זיצן האב איך שווערליך געהאט, ספעציעל ווען זעקיל האט זיך ציגעלייגט אויף הויעכע באסעווע און סופרינע טענער צווישן יעדן הקליר שטיקל, און דאס ערגסטע ווען ער האט באשלאסן אראפצישיילן פון זיך זיינע אלטע פאנטאפל.
היינט וועלעך מערטסעשעם גיין צום געשעפט צי קויפן פאר זעקלען דעם ביך "שכנים פאר דאממיס" סאיז צום האפן אס דאס וועט עושה רושם זיין
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גולש האט געשריבן:
אונגארישער האט געשריבן:
ביטע נאך יום כיפור פארצייל אונז ווי אזוי די כל נדרי איז פאריבער
טענקעס

כל נדרי איז אדורעך גאר דערהויבען, ווי עס שיינט ליינט ניט אבא זעקיל דעם אייוולט זשורנאל ווייל קיין גרויסע שנוים האט זיך ניט אנגעזעהן, עטליכע מחזורים האבן ווייטער אויסגעטוישט הענט, און ציגאב צי די גאנציעריגע געשטאנק איז אויך ציגעקימען א שווערע-מאלעריע- מויל גערוך,און די טאביק... אה מיי גאד כאב נישט געוויסט אז טאביק קען אויך שמעקן פון טוט פעיסט.
קיין איינציגסטע פונט האט ער נישט פארלוירען, און ווי צי זיצן האב איך שווערליך געהאט, ספעציעל ווען זעקיל האט זיך ציגעלייגט אויף הויעכע באסעווע און סופרינע טענער צווישן יעדן הקליר שטיקל, און דאס ערגסטע ווען ער האט באשלאסן אראפצישיילן פון זיך זיינע אלטע פאנטאפל.
היינט וועלעך מערטסעשעם גיין צום געשעפט צי קויפן פאר זעקלען דעם ביך "שכנים פאר דאממיס" סאיז צום האפן אס דאס וועט עושה רושם זיין

שפעט נישט פונעם תענית גערוך, עס שטייט אין זוה"ק אז דער גערוך גייט ארויף לריח ניחוח אשה לה' ווי דער גערוך פון די קרבנות!!!
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

פרעגענדיג א מקור צום 'באוואוסטן(?)' זוהר,
פארשטיי איך פשוט אז אונזער געשמאקער גולש'ל האט זיכער נישט געמיינט צו שפעטן ח"ו, נאר ארויסצוברענגן אז ס' פעלט נישט אויס יענעם 'מהנה' צו זיין מיטן ריח ניחוח, און וויסענדיג אז מען האט דעם גערוך אין באזיץ, מעג מען אויפפאסן פון בל תשקצו, זיכער יום הקדוש.
אפשר טאקע ווייסט אבעלע פון דעם זוה"ק..., ווער ווייסט וואספארא זוה"ק'ס אבעלע ווייסט אלס??...
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דא האסטו דעם זוה"ק (גענומען פון ראשית חכמה):

(6) ספר ראשית חכמה - שער התשובה - פרק רביעי
ובסוד התענית ביארו בזוהר (פרשת שמות דף ובסוד כ ע"ב) אמר שם בפסוק (שיר השירים ב) דודי לי ואני לו הרועה בשושנים, שהקדוש ברוך הוא מנהיג את עולמו בחסד ובדין, רמז השושנים שיש בהם אודם ולובן, וזה לשונו, מה השושן הזה אדום ולבן כך ריח הקרבן מאדום ולבן, שהוא בא וראה מריח הקטרת שהסמנים מהם לבנים מהם אדומים כגון הלבונה שהוא לבן מר דרור אדום והריח עולה מאדום ולבן, ועל כן מנהיג עולמו כשושנים שהוא אדום ולבן, דכתיב (יחזקאל מג, כד) להקריב לי חלב ודם. כנגד זה אדם מקריב חלבו ודמו ומתכפר לו זה אדום וזה לבן מה השושן שהוא אדום ולבן אין צומקין אותו לחזור כלו לבן אלא באש, כך הקרבן אין צומקין אותו לחזור כלו לבן אלא באש. עכשיו מי שיושב בתעניתו ומקריב חלבו ודמו אינו נצמק להיות כלו לבן אלא באש דאמר רבי יהודה מתוך תעניתו של אדם מחלישין אבריו וגובר עליו האש, ובאותה שעה צריך להקריב חלבו ודמו באותו האש והוא הנקרא מזבח כפרה. והיינו דאמר רבי אלעזר כד הוה יתיב הוה מצלי ואמר גלוי וידוע לפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שהקרבתי לפניך חלבי ודמי והרתחתי אותם בחמימות חולשת גופי יהי רצון מלפניך שיהיה הריח העולה מפי בשעה זו כריח העולה מהקרבן באש המזבח ותרצני.נמצא שאדם שהוא מקריב בתעניתו החלב והדם והאש והריח שעולה הוא מזבח כפרה ולפיכך תקנו התפלה במקום הקרבן ובלבד שיתכוין למה דאמרן, אמר רבי יצחק מכאן ולהלאה כתיב (במדבר לא, כג) כל דבר אשר יבא באש תעבירו באש וטהר, עד כאן לשונו. כו'. והמסתכל בדברי המאמר יראה בעין הדעת היות התענית ממש קרבן סוד אשה ריח ניחוח לה' שפירשו בזוהר שיר השירים:


זוכנדיג דעם זוה"ק, האב איך געפונען אין שלה"ק אז די ריח פון פאסטן איז גאר ריח הקטורת:

(1) ספר השל"ה הקדוש - מסכת תענית - אור תורה סוד התענית והעבודה (א)
כתיב (בראשית ב, טז), מכל עץ הגן אכול תאכל ומעץ הדעת טוב ורע לא תאכל ממנו. ויש להקשות, למאי נפקא מינה אמר לו הקדוש ברוך הוא מכל עץ הגן אכול תאכל, וכי לא סגי דלאו הכי, לא היה לו רק להזהיר שלא יאכל מעץ הדעת. הענין, אילו לא חטא אדם אז היה מצות עשה שיאכל מכל, אם היה נשאר בכבודו והוא בסוד צלם ודמות שלמעלה כביכול, וכל מה שהיה אוכל היה כמו קרבן, והיה זה האוכל ריח ניחוח בקרבו, וקדוש יאמר לו, והיה מקויים בו בקרבך קדוש. אבל לאחר שחטא ונפגם וירד ממעלתו ונתרחק, אזי הוא צריך להקריב את עצמו, דהיינו בתעניות שמקריב חלבו ודמו. וכן אמרו המקובלים שאדם הראשון התענה כל ימיו, ורמז לדבר חיה תתק"ל כמנין תענית. ואף על פי שבדברי רז"ל (עירובין יח, ב) הוזכר שעשה תשובה ק"ל שנה, זהו התשובה החמורה שעשה שהזכירו זה היה ק"ל שנה, ולאחר ק"ל שנה פסק מהתשובה חמורה, אבל בתענית היה כל ימיו. ועל זה בא הרמז ת כון ת פלתי ק טורת ל פניך ראשי תיבות תתק"ל. ואמר קטורת כי ריח התענית הוא במקום ריח הקטורת.

דא זאגט דער שלה"ק אז עס איז עולה לריח ניחוח:

(2) ספר השל"ה הקדוש - מסכת תענית - אור תורה סוד התענית והעבודה (ה)
וסוד עיקר התעניות על כל זה הוא מזבח מוכן לכפר על חטאיו, כי במיעוט אכילה ושתיה מתמעט מחלבו ומקריב אותו המיעוט בתפלתו לפני אלהיו, והיה לפנות ערב בגבור עליו חולשת האברים אש שלהבת יסודתו תוקד בו לא תכבה לאכול ולהמעיט חלבו ודמו, והסוד ועניינים ידועים באדם ואוכלים חלבו ודמו וממעטין אותו, וכשם שעשן האש עולה מתוך הקרבן כך ריח האדם יוצא לחוץ ועולה הוא ריח ניחוח לה',כל זה ביום התענית.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יש"כ קרעמער. קיינמאל געוואוסט דערפון,
א רייכע ידיעה איינגעהאנדלט היינט
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

שבועות איז גארנישט בעסער געווען, איינער האט א עיצה,
אמת'דיג!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שכוח שעפעלע פארן אויפברענגען.
די ראש השנה האב איך טאקע פינקט געטראכט ווי אזוי דער עולם האלט חשבון וויפילטע מאל מען האלט. גיימער עפענען א אשכול
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4018
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע:אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך ,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע:בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

קרעמער האט געשריבן: נהנתי ופלצתי (ג"פ קהל וחזן)
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

אוי איז דאס חברה:lol::lol:
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

הנאה געהאט
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

מומחה עצום האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן: אוי איז דאס חברה:lol::lol:

געווען כצ"ל. שוין דורך עטליכע יאר זייט דער בעך המעשה איז געגאנגען אויף א דיעטע...

שוין ציגעקומען א צווייטער פון די אנדערע זייט...
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

מיין שכן גד תעמיש שלאנקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

מיין שכן גד תעמיש שלאנקער *

*די נאמען איז פאר איי די פוירפעסעס אנלי


פון דעם גד תעמיש רעדסטו?...יא! טאקע פון אים רעדט איך!!!, אמין אונטערגעציפטער דאס!...

צו מיין שלעכט מזל האב איך די אנפארטשענעד פלעזשור אז דער גד תעמיש'ל האט געדינגען א זיץ אין ס'מעדריש הארט נעבן מיינס - שוין פאר עטליכע יאר צוריק. און ווי עס שיינט האט דער חלקה נושא חן געווען ביי זיינע קוים זעהבארע אויגן און כשב אל קיאו קימט ער צוריק יאר יערליך, צו מיין שרעקליכע אומבאקוועמליכקייט און אנעקיסטעפעראציע.

פאר די וואס האבן -דאנקט ג-ט- זיך נאכנישט באקענט מיט תעמיש'ל לאמיך געבן א קורצע דעסקריפציע: אויסגעמאגערט ווי א לול של תרנגולים, שטינקעדיג ווי א לול של תרנגולים און קוויטשקעדיג ווי א לול של תרנגולים, דער גארגל זיינע איז ווי אן אויסגעקלאפטע שדפון ווינט – מ'קען ממש מיטהאלטן יעדע שלינג זיינע, פיל וואסער האבן שוין אריבערגעשפרייזט דעם מיסיסיפי זינט א שאוער האט אים געזעהט ס'לעצט.

דאס אלעס וואלט מיר נאכנישט אנגעגאנגען, איך האב גארנישט קעגן מאגערע אידן, אידן וואס פארשטייען נישט קיין מילה אחת בעבודת האכילה און מתקן זיין ניצוצות מיט יעדן ביסן, אידן וואס האבן נישט די זכי' צו מחי' זיין א צווייטן מיט א גוט שטיקל געבראטנס, נעמליך, ער אליינס קוקט עס אן ווי א פארברענטע שופר, אידן וואס איז א שאלה אויף יעדע ברכת המזון זייערער זינט דעם ושבעת זענען זיי שווערליך מקיים, אדרבא! זאלן זיי אנהאלטן מיט זייער דרך אין עבדות השם עס לאאנג ער קומט נישט צו צו מיר ביים קידוש "הע..! כ'האב געמיינט דו גייסט אויף דייעט...!" און זאלן זיי נישט קענען מאכן דעם טשעין רינג ארום זייער פארטיי'ס רבי ביים באגלייטן, און ווידער אום מיטן שאוער, ער מיינט דאך אז שאוער איז געמאכט נאר פאר פעשליכע.. נו גיי זיי אים מסביר אז כפרה-הינדלעך זענען אויך נישט פעש... נו שוין

נאר וואדען, דער צרה הייבט זיך אן ביים אויבנדערמאנטן סיטואציע, ווען ער איז מיין שכן אין ס'מעדראש.. תעמיש'ל טייערע! דו זיצט נעבן מיר, נישט קיין פראבלעם, איך האב אבער געדינגן 2 זיצן פונעם שמש פאר א גוטע סיבה, איך בין נישט קארג, ווען כ'פאר אויף א פליגער באשטעל איך אייביג צוויי זיצן סיי צוליב מיין באקוועמליכקייט און סיי נישט צו שטערן מיינע ארומיגע שכנים, ביי א קידוש גרייט איך מיר אייביג אן צוויי טעלער'ס קוגל און הערינג, און אין מקוה נעם איך אייביג צוויי האנטוכער, והיינו טעמא אז ביים שמש לאז איך מיר קאסטן די הויזן (פארגעס נישט אז א גרויסע סייז הויזן קאסט מער...) צו באצאלן פאר גאנצע צוויי זיצן אויף די הייליגע טעג.
איך נעם טאקע נישט אויף קיין גאנצע צוויי זיצן, אבער די רבע אמה וטפחיים וואס איך באדעק נישט פונעם צווייטן זיץ איז אויסדרוקליך מיינס!

איך האב נישט באצאלט די געהעכערטע זיצן-געלט אז דיין שמעלקי זאל האבן א פרייע זיץ!! אז דו ברענגט קינדער אין שוהל באצאל פאר נאך זיצן.. נישט פארלאז דיך אז ער וועט שוין זיצן אויפן איבריגן זיץ פון דיין פעשן שכן...!!

און פארגעס נישט.. לא די וואס יעדע עטליכע סעקונדעס כאפ איך אריין עטליכע שטויסעס פו דיין טייערע נחת'ל, און יעדע'ס מאל דו ציפסט אים פארן זיך שלאגן מיטן ברודער, ווארפט ער זיך אזש ער זעצט אריין אין מיין אויסגעמוטשעטע זעקל מיט ביינער און פלייש..
זאת ועוד, האט ער א משוגעת זיך אויפצושטעלן יעדע מאל די בעל תפילה לאזט אויס א שטיקל, און דאן צוריק מאכן א לישב, באשעפער אין הימל!! זו קמח וזו שכרה?? יעדע'ס מאל באזונדער דארף איך מיר איינקורטשענען און איינציען אויף איין זיץ בלויז ווייל ער ברויך יעצט ארויפמאכן די באנק.. מיין חלק גוף וואס גרעניצט זיך צו דיין זייט איז שוין צוריבן און צוהאקט פון אזויפיל זעצעס, שטויסעס און האקעס..
ווען איך ענדיג א לאנג פארצויגענע שטילע שמו"ע, די תקיעות זענען נישט געלונגען אזוי איי איי איי, די בעל תוקע האט איבערגעבלאזן עטליכע מאל, דאן ווען עס קומט צו אן ענדע קען איך מיר אראפזעצן בלויז א האלבע קערפער ווייל דיין שמעלקי האלט נאך אינמיטן דאווענען.. א ווי איז דאס געהערט געווארן?? כ'האב באצאלט פאר מיינע צוויי זיצן א געפעפערטן סכום עובר לסוחר און איך בין נישט מותר אויף קיין שפענדל..!!

פארוואס תעמיש'ל טוסטו דאס צו מיר? א טיקעט פאר די אונטערן פלעי קויפסטו אויך נאר איינס און די טראכסט "ס'העט שוין זיין גענוג פאר אלע ארבעה בנים.." אה ניין! דארט מאכסטו זיכער אז יעדער האט אן עקסטערער זיץ.. דאן פארוואסזשע אין הימל אריין פארלאזטו דיר דא יא אויף ניסים??
נעם דיר דאס אריין אין דיין שמאלן קאפ! דער פעשער איד גלייכט צו זיין באקוועם און ער האט ארויסגענומען צוווי זיצן פאר זעך! און בלויז פאר זעך! דו וויקלסט דיר ארום מיטן טלית תמימות'דיגערהייט ווי כאילו דו זעהסט נישט דאס ארומיגע.. דו באגריסט מיר מיט אזא שיינע גמר חתימה טובה ווי כאילו דו גייסט מיר נישט יעצט ב'גנב'ענען..

יא! שמך נאה לך ואתה יפה למידותיך!! דו ביסט א שטיק תעמיש! דו ביסט טאקע הויעך און שלאנק און איך בין אביסל נידריג, אבער איך האב א זעקל פלייש מיט מיר!! זאלסט דיר מיט מיר נישט אנפאנגען...

לעטס סקריעם טאגעדער:
שמעלקי שלאנקער! אראפ פון מיין סיעט! שמעלקי שלאנקער אראפ פון מיין סיעט..!!

ונזכה לאכול מן הפסחים והזבחים אמן כיה"ר
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזןווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזןווען מ'איז באליידיגט.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

שמועסער האט געשריבן:
גולש האט געשריבן:
אבא זעקיל
רינדעכיג ווי א גארביזש בעג שטינקעדיג ווי א גארביזש בעג און אנגעלייגט ווי א גארביזש בעג
גד תעמיש'ל
אויסגעמאגערט ווי א לול של תרנגולים שטינקעדיג ווי א לול של תרנגולים און קוויטשקעדיג ווי א לול של תרנגולים
לויטען חשבון איז א לול של תרנגולים ברייטער ווי א גארביזש בעג
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: מיין שכן אבא זעקיל קייבערויבער* "דער געפערליכער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

ביי אונז אין ביהמ"ד איז טאקע דא איינער וואס דינגט יעדע יאר צוויי זיצן און שלום על ישראל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”