Re: שאך אין די גוי׳שע וועלט
ביידע פון די לינקס זענען לינקס צו ענדזשין ענאליסיס פון נימאןס געימסmilech fried האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די לינקס זענען (בעסער געזאגט איך פארשטיי עס נישט) איך ברענג עס נאר אהער
https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... edit#gid=0
https://cse.buffalo.edu/~regan/chess/fi ... a/Niemann/
די ספרעדשיט אינטהאלט 400 געימס געשפילט אין די לעצטע 3 יאר. ס'איז אנאליזירט געווארן דורך טשעסבעיסעס לעטס טשעק אנאליז און ווייזט נישט קיין סאך, אויסער אז האנס האט געשפילט 10 געימס ביי 100, וואס דאס איז אבנארמאל גוט, און נאך 23 וואו ער איז העכער 90 קארלסען למשל, האט בלויז 2 ביי 100, און נאך 2 העכער 90.
די אנדערע לינק איז פון קען ריגאן, ריגאן איז סיי א שאך שפילער (2372 פידע רעטינג) און סיי א מעטימיטשיען, ער האט זיך באנוצט מיט אפאר אנאליזען. לדבריו גייען נימאנס געימס לויט א נארמאל דיסטרטביוטשען (אפשר וועל איך באלד מרחיב זיין וואס דאס מיינט), און דאס מיינט אז נימאן האט נישט געטשיעט.