פילטער אויף די סינק אום שבת
זינט די שערוריה מיט די ווערים האט רובו של כלל ישראל ארויפגעלייגט פילטערס אויף די סינקס, דערפון איז פארהאן דריי הויפט קאטעגאריעס:
1) די קליינע פילטער\וואטע ביים שפיץ פינעם קראן - צעטיילט אין צוויי:
אדער שטענדיג פילטער וואסער, אדער קען מען אקטיוויזירן עס זאל גיין נאר פילטער צי נאר סינק וואסער.
2) א זייטיגע קראן גענוצט ספעציעל בלויז פאר וואסער צום טרינקען.
3) א מעין פילטער איינריכטונג וואס פילטערט די גאנצע וואסער ליניע איידער עס גרייכט צום סינק.
איך בין נישט דא צו פסקענען, אבער לעורר באתי צי איז דאס אויסגעהאלטן לכתחילה אום שבת צו נוצן.

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)