Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק
א חתן וואס וועט זיך גיין שפילן מיט א קאר אינמיטן די חתונה, ווייל איך האב נישט קיין געדולד צו די גאנצע זאך, אדער א מלך וואס וויל נישט זיין אחראי על כל ענייני המלוכה, האט א פראבלעם, און דארף אפשר נעמען פיל'ן...
ווען א מענטש לערנט תורה הק' און ער לייגט דארט אריין אלע מידות, אלעס להוי-ה ית', אז יש תיקון גדול.
נאך'ן לערנען 8-9 שעה האט מען אן אנדערען דעת. און דעמאלטס מיט דעם געזונטן דעת קען מען זיך מתבונן זיין וואס איז מיין תפקיד מיט דיע נסיונות.
א מלך האט אמאל געפרעגט א סאלדאט וואס האט געראטעוועט זיין לעבן, וואס קען איך דיר באצאלן?
האט דער סאלדאט געבעטן אז מ'זאל הייסן זיין אפיציר עם ווייניגער/שוואכער שלאגן, און אויב מעגליך אז ער זאל באקומען די ערשטע/גרעסערע פארציע עסן.
דער מלך האט זיך געדארפט איינהאלטן אים נישט צו געבן א פראסק.
איך בין דער מלך! האסט געקענט בעטן איך זאל דיר מאכן הויפט אפיציר, רייך און מאכטפול.....
אדער די משל פון דעם בן איש חי מיט די פעדלער, וואס האט געבעטן אז נאר ער זאל מעגן פעדלען אין זיין שטאט....
אזוי קוקן מיר אויס ווען אונז מאכן זיך נער'יש אזוי און אזוי, קטנות שבקטנות שבקטנות! קענסט דאך בעטן זאלסט זיין פול מיט מצוות, ס'זאל זיין מח שליט על הלב.
דאס קומט ווען מ'האט גוטע דעת נאך אפאר שעה תורה.
ווען ס'דא א גוטע נסיון, איז די גרעסטע זמן נתקרב צו ווערן צום רבוש"ע.
ס'דא אסאך חיות וואס זענען שטערקער פון א מענטש, אבער מ'זעט נישט קיין מענטשן איינגעשפארט, און חיות קומען קוקן אויף זיי. פארוואס? ווייל דער מענטש מיט זיין שכל כאפט אריין די שטערקסטע חיות.
די חכמה בינה דעת זענען דא אונז צו העלפן, נישט אז אונז זאלן זיי דינען, אז א מענטש ווערט געפירט ביי די חב"ד, קען ער זיין ערגער ווי א חיה, א חיה קען נישט ניצן אזוי פיל שכל קאליע צו מאכן רח"ל, אז מ'נוצט די שכל צו באקומען מער עסן, געלט וכו' איז עס ממש בושות.
נישט מורא האבן פון נחשים ועקרבים, נאר ניצן די שכל צו געוועלטיגן איבער זיי, און אלעס מעלה זיין צום רבוש"ע.
תורה לשמה הייסט אז אינמיטן לערנען/נאכן לערנען בין איך זיך מתבונן וואו פאל איך, עד אויסשמועסן מיט'ן רבוש"ע אויף וויפול שייך, רעדן מיט א גוטן איד, און אסאך אסאך דאווענען.
איינער רעדט זיך אפ אז ער האט א טייערען קאר, אבער ער קלאפט זיך כסדר אריין אין וואנט, אז איינער האט א גוטן שכל דארף ער זען וויאזוי עס צו ניצן גוט.
כי דורשך לעולם לא יכשלו - איינער וואס זוכט נאר וואס קען איך מאכן בעסער פאר מיר, לעבט אין א טעות - מ'דארף זיך באמת אפשטעלן און מתבונן זיין, וואס וויל דער רבוש"ע יעצט? מה חובתי בעולמי?
כסדר חזר'ן די ווערטער פון חובות הלבבות: דו טאטע ווייסט בעסער פון מיר, בראת עולמות והחרבתם, אבער די וועלט וואו איך געפון זיך האסטו יא געלאזט, און מיר ביסטו כסדר מחיה, מוז זיין דו האסט א נחת רוח פון מיר.
און מ'זאל נישט מיינען אז מ'ווערט נענה אין איין רגע, ביי אאע"ה איז דא א מדרש אז נאר ביי די דריי יאר איז ער נענה געווארן, אין א צווייטן מדרש שטייט נאר ביי די 40 יאר, און א דריטע מדרש שרייבט גאר אז נאר ביי די 70 יאר האט ער באקומען די ערשטע נבואה.
דאווענען דאווענען דאווענען און דאנקען!
דאס איז די וועג.
ס'דא וואס זאגן תהלים פאר אייגענע סיפוק, איך האב געענדיגט כך וכך.
אבער ס'דא וואס נעמען א תהלים'ל און שרייען זיך אויס צום רבוש"ע.
מאו"ע: נאכן לערנען איז דיין הארץ כקודש הקדשים, נאך אפאר שעה לערנען איז די נפש גאר הויך, און יעצט ווייסט ער וואס איז ריכטיג און אויף וואס מ'דארף בעטן.
דער הייליגער חפץ חיים שרייבט אז זיין רבי ר' נחום מ'הורודנא פלעגט אויף שטיין חצות און אפרעכטן תיקון חצות, און זיך מתבודד זיין - און ער זאגט אז ווען ער איז געווען 15 יאר אלט איז ער אמאל אריין, האט ער געזען אז ר' נחום'קע איז ארום גענומען מיט א פייער ממש (אגב, זעט מען די גרויסקייט פונעם הייליגן ח"ח, אז ער האט געקענט זען דעם פייער)
ס'כדאי אריין צו קוקן אין די קונטרס 'ר' נחום'קע'.
אויף זיינע עלטערע יארן פלעגט מען אים כסדר קענען הערן מאכן התבודדות, ער פלעגט רעדן צו זיך: ישראל מאיר וכו'
מ'וועט עס נישט גלייך שפירן, אבער ווען א מענטש לערנט תורה, מיד שורה עליו רוח הקודש.
שרייען צום רבוש"ע, וואס זאל איך טון מיט די תאוות.
שלמה המלך האט געבעטן חכמה האט ער שוין באקומען אלעס - אז דו ווייסט אז מ'דארף חכמה, קען מען דיר שוין געטרויען מיט אלעם.
ווען מ'לערנט פאר זיך, איז עס ווי מ'נעמט א גוטן טייערן מאכל און מ'מישט עס אויס מיט זאמד - אפילו ריינע ציכטיגע זאמד, וועלכע טעם האט עס?
לערנסט שוין יא? לערן פאר די תכלית, וואש אלץ אויס ביים לערנען.
איך ווייס פון אזאלכע וואס ס'שוין געווען זיכער אז זיי גייען זיך גט'ן רח"ל, ער האט נאר אנגעהויבן לערנען תורה און אלץ האט זיך שוין געטוישט. אההה כאנישט געוויסט אז ער קען אזוי גוט לערנען...
דער בעל התניא רעכנט אויס 2 תקופות פון גאר הייליגע טעג, די 21 טעג יעצט, און פון ר"ח אלול ביז נעילה, יארן יארן ווארטן מענטשן אריין צו גיין צום מלך, אבער יעצט דרייט ער זיך כביכול צווישן אונז.
און אז מ'וויינט שוין אויף זיין צער השכינה, מ'זיצט שוין אויף די ערד, קען מען אויך בעטן אויף די אייגענע....
זכה נעשית לו סם החיים - אלע שלעכטס קען מען מכניע זיין ביים לערנען, מיט דעת און מיט תפילה, וויפול מ'קען זיך מתבונן זיין, און אויף די איבעריגע בעט מען.
מאו"ע: כשהמחשבות מגיעות דוקא בלימוד ובתפילה בוודאי בוודאי יתקן הניצוצות ער וויל דיר נישט אריין ווארפן, נאר אויפהייבן.
יוסף הצדיק האט גאר א הייליגן ברודער בנימין שמת בעטיו של נחש, אבער פון די שבעה רועים איז ער נישט.
דהע"ה האט א טאטע ישי און א זון כלאב שמתו בעטיו של נחש אבער נאר ער איז פון די שבעה רועים.
די נסיונות זענען דא אונז אויפצוהייבן. פינטל.
זיי זיך מיר מתבונן. נאכן לערנען ווען די אייזן איז הייס איז גרינגער עס צו בייגן.
איך בין פריערט געפארן מיט איינעם, זאגט ער מיר אז ער שפירט ביי בארג ארויף דארף ער שטארק דרוקן די גאז...
אראפ פארט פון זיך אליין....
מ'דארף לעבן מיט דעם ווארט, אז ס'גייט נישט גרינג איז א גוטע סימן.
וואלט איר מסכים געווען צו שלאפן מיט איינעם וואס וויל אייך חלילה הרג'ענען? אפילו זיך געדרייט אין זיינע ד' אמות? איר וואלט דרך אוודאי געמאכט קולות דער באשעפער זאל אייך ראטעווען!
איז היתכן דער ייצר הרע - וואס וויל הרג'ענען דעם מענטש בזה ובבא - קען אזוי אפזיצן ביי א מענטש אין הארץ ואין פוצה פה ומצפצף?
מ'דארף מאכן געוואלדעס!!!
שרייען: טאטע דו ביסט עס!
ס'קומט מחשבות זרות? לערן מיט זיי.
אל תאמר כשאפנה (פון מחשבות זרות) אשנה, נאר טאקע יעצט איז די העכסטע צייט אלץ מתקן צו זיין.
ואתה מחיה את כולם: דער שיינער איד וויל עפענען א פענסטער און ווייזן אויף אפאר ביימעלעך, אה אלץ האט דער באשעפער באשאפן. נעעע, דאס קען א גוי אויך פארשטיין.
אונז גלייבן אז יעדע מחשבה איז ער מהווה ומחיה! ווער ס'גלייבט דאס נישט איז כפירה אליין.
גלייב, און בעט דעת.
דער נער איז מפריד אלץ פון באשעפער, מ'דארף ארויס זאגן מיט די מויל, א דיבור האט א כח, שיאמר ויאמין.
(נישט פאר יעדעם קען מען דערציילן)
אמאל איז אריין געקומען א איד צו ר' אשר אז ער שעמט זיך ממש וואס פאר א נידעריגע נסיונות ער האט.
ר' אשר האט אים דערלאנגט א פראסק, דו שעמסטיך? דער רבוש"ע קען עס מהווה און מחיה זיין, אבער דיר פאסט נישט אים צו דינען פון דארט? דו ביסט איידעלער פון'עם רבוש"ע?
ווען דו האסט תאווה פאלסטו, ווען דו האסט גאווה פאסט דיר נישט דארט צו זיין, דו ווילסט ח"ו לאזן דעם באשעפער אליינס דארט....
שעות שעות הערט מען שיעורים פון'עם ייצר הרע, טו אזוי, טו אזי, דאס קענסטו נישט, דאס איז אסור, דאס איז מותר, דאס איז אן עבירה וכו'
אפאר מינוט הערסטו א שיעור תורה, שפירסטו זיך שוין גוט?
א שוטה איז מפריד דעם רבוש"ע פון יעדע זאך.
ר' סנדר ערלענגער איז געלעגן אין בעט פאר די פטירה, האט מען געקענט זען וואס הייסט א צדיק, ווי ביי געוויסע דיבורים איז די בלוט דרוק ארויף, אז מ'האט דערמאנט שבת אדער א יו"ט האבן זיך די נומערן געהויבן.
ס'דא אידן דורך און דורך און דורך.
אזוי ווי ר' מאטעלע זי"ע
דער קאצקער זאגט אז קיינער פאלט נישט אראפ פון א בעט, נישט קיין חילוק ווי טיעף ער שלאפט, ס'איז אים געווען גענוג אפאר מאל אלץ קינד צו וויסן אז ס'טוט וויי און שוין.
וועסט נישט זען קיין שיכור עסן פון די אויער! אבער די מידות וועט פיין ארויס קומען.
ר' אשר פלעגט געבן פאר ר' עקיבא ראבינאוויטש שווערע עבודות, צומאל לערנען 18 שעה ברציפות דערנאך פלעגט ער אים גוט באוואשן.
אמאל איז אריין געקומען א תמימות'דיגער איד, און געפרעגט ווער איז ר' אשר, האט מען אים צו געוויזן, ער איז צו געגאנגען מיט א קוויטל, ר' אשר האט אנגעוואונטשען, און שוין.
ר' עקיבא האט געפרעגט ר' אשר וואס איז פשט? ער קומט דא אריין, און דו שפילסט רבי וכו' און מיר באוואשסטע אזוי?
האט ר' אשר אים מסביר געווען, ס'דא ריינע נשמות וואס האבן נישט צופיל נסיונות, ער וויל זיך שפירן אז ער האט געגעבן נאך א קוויטל פאר נאך א רבי, פיין העלעך אים צוליב טון. אבער ביי דיר איז דער רבוש"ע משקיע אזוי פיל, זאל איך נישט משקיע זיין?
ס'דא נשמות, העכערע, אבער זיי זענען פויל, דער רבוש"ע איז משקיע ביי זיי ווייל ער וויל זיי הייבן העכער, און זיי האבן נאר טענות, פארוואס אזויפיל נסיונות.
דו קענסט!!
ווילסט זיין א טיש? א באנק? אדער אפשר א שוטה וואס איז באמת פטור פון אלע מצוות?
דער קאצקער זאגט: יוסיף דעת יוסיף מכאוב - אבער ס'איז ווערד!
ויאמין ויאמר ויאמין ויאמר - מ'דארף עס ארויס זאגן.
נישט אומזיסט שטייט: ייצר הרע טוב מאוד.
דער בעל התניא האט פון איינעם אוועק גענומען דעם ייצר הרע, ביז יענער האט עס צוריק געבעטן.
אונז טארן נישט בעטן נסיונות, אבער אויב דער רבוש"ע האט שוין געגעבן, נוץ עס אויס. ווער נענטער מיט אים.
ביז דער ייצר הרע וועט שוין נישט פארגינען קיינע נסיונות!
שמחה און אמונה אינעם רבוש"ע: זאגן: דו ביסט גאנץ! דאס איז מיין שליחות!
שנזכה לגאולה השלימה בב"א.