Re: א ווארט אויף די פרשה
ייש''כ פאר אייך הרב מומחהמומחה יוחס האט געשריבן:זייער א שיין ווארט
יישר כח
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
ייש''כ פאר אייך הרב מומחהמומחה יוחס האט געשריבן:זייער א שיין ווארט
יישר כח
יאפ. אזוי ווי די זאגסט...ערעב איד האט געשריבן:א שבח והודאה פארן אייבישטען און א שכח פאר דיר!
יישר כח פאר אייךגעטובל'ט און ארויס האט געשריבן:ישר כח.א נייניקל האט געשריבן:בעזר השי''ת הייבן מיר נאכאמאל אן מיט פרשת בראשית, דארפן
מיר אפגעבן א שבח והודאה פאר ביז אהער,
און בעטן אויף ווייטער "ואל תטשינו ה' אלוקינו לנצח
א פרייליכן ווינטערא גוט שבת
אייער באדאנקען איז אויך טייער און געשמאקמומחה יוחס האט געשריבן:יישר כח זייער שיין אין טייער אין געשמאק
א נייניקל האט געשריבן:פרשת נחא גוט שבת
א שיינע געדאנקאמרי חי האט געשריבן:א נייניקל האט געשריבן:פרשת נחא גוט שבת
געטראכט היינט א געדאנק כ׳וויל עס מיטטיילן - אפשר איז עס גוט
קץ כל בשר בא לפני
לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל (רש''י)
דער דור המבול האט דאך געהאט אנדערע גרויסע עבירות, אויב אזוי פארוואס איז די חתימת הגזירה געווען דייקא אויף גזל?
האב איך געקלערט די הסבר קען אפשר זיין לויטן באקאנטן אגרא דכלה (פרשת שופטים י״ח י״ד) עה״פ ״כי הגוים האלה אשר אתה יורש אותם וגו׳״ ווי ער ברענגט שטארק ארויס דאס הארבקייט פון געלט וואס איז פון נישט ערליכע מקורות צוליב ״כח בפועל בנפעל״ וז״ל:
״והנראה להבין הדבר על פי קבלתינו מרבותינו כח הפועל בנפעל, ממילא ממונו ורכושו של אדם שהאדם מסגלו על ידי מעשיו, הנה יש בממון ורכוש ההוא כח הפועל, על כן נאסר לנו לפרוט מתיבת המוכסין (ב"ק קי"ג ע"א), כיון שכח הפועל יש בממון ההוא והאדם הכשר יקחנו לעצמו, הנה יגרום לנפשו פעולת זרות כפי כח הפועל הנפשיי מבעלים הראשונים״.
און ער זאגט ווייטער: ״אשר בעינינו ראינו כמה אנשי שם אשר פיתם היצר לתבוע חלקם, והשתדלו בפרנסתם לקבל ממון מכל אדם ונשארו אחר כך כלים ריקים, כי הממון שסיגלו מבני בלי שם, דבק בם ובנפשם וכיבתה השלהבת אש אשר בער בקרבם באהבת היוצר כל״.
און דער אגרא דכלה פירט אויס דארט: ״הנה יש לחוש כי כח הפועל בנפעל, ובכח הרכוש האלה טמון מדות הרעות של הגוים, הנה כאשר יהנו ישראל ממנו, יש לחוש שיקנו קנין בנפשם לעשות כמעשיהם״.
ממילא קען מען פארשטיין פארוואס ס׳איז געווען ״לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל״ כאטשיג ס׳איז דאך געווען עבודה זרה און גילוי עריות ווי רש״י זאגט ווייל טאקע דייקא צוליב די עבירה פון גזל אין וואס זיי זענען געווען אזוי טיף פארזינקען דייקא דאס האט גורם געווען די ״כוח הפועל בנפעל״ און האט זיי צוגעברענגט און אריינגעפלאנצט אין זיי מער מדות רעות איינער פון צווייטן אויף פיל א שטערקערן און טיפערן אופן.
קומט אויס אז אלעס האט זיך אנגעהויבן דורך גזל פון אנדערע רשעים וואס דורך כח בפועל בנפעל זענען זיי אליינס צוגעקומען צו נאך גרעסערע פארזינקענע עבירות וואס האט געברענגט צום סוף דעם מבול און די התחלה פון אלעמען איז געווען גזל
דערפאר איז געווען ״לא נחתם אלא על הגזל״ ווייל וואלטן זיי ווען נישט עובר געווען אויף גזל וואלטן זיי נישט איבערגענומען אין זיך די אלע מדות רעות פון די רשעים פון וועמען זיי האבן גע׳גנב׳ט וואלטן זיי דורכדעם נישט צוגעקומען צו זיין אזוי טיף און די אנדערע הארבע עבירות אזש זיי האבן שוין אפילו נישט געקענט תשובה טוהן.
שיינע דערהער. ייש''כ @אמרי חיאמרי חי האט געשריבן:א נייניקל האט געשריבן:פרשת נחא גוט שבת
געטראכט היינט א געדאנק כ׳וויל עס מיטטיילן - אפשר איז עס גוט
זייער שיין!א נייניקל האט געשריבן:פרשת לך לך
ומלכי צדק מלך שלם הוציא לחם ויין, והוא כהן לקל עליון
וואס האט א שייכות די צוויי זאכן פון הוציא לחם ויין, און אז ער איז כהן?
פארוואס שטייט נישט קודם ומלכי צדק.. והוא כהן, הוציא לחם ויין? קודם ווער ער איז, און דאן וואס ער האט געטון?
עס שטייט אין מס' יומא "הרוצה לנסך יין ע''ג המזבח ימלא גרונם של תלמידי חכמים יין". אויב איינער וויל היינטיגע צייטן גיסן וויין אויפן מזבח זאל עס געבן פאר א ת''ח
אין מס' מנחות זעען מיר, אז היינטיגע צייטן איז א טיש וואו א מענטש עסט ברויט בקדושה, אזויווי א מזבח, און ער איז מקריב א קרבן
זאגט דער הייליגער חתם סופר. אויב אזוי קומט אויס אז יעדער וואס גיבט צו עסן פאר א ת''ח ווערט א כהן, ווייל ער איז מקריב א קרבן, און גיסט וויין אויפן מזבח
דאס איז פשט אין פסוק. "ומלכי צדק מלך שלום הוציא לחם ויין" ער האט געברענגט ברויט און וויין פאר אברהם, וואס איז געווען א ת''ח. ווייל קיים א''ע כל התורה עד שלא נתנה. "והוא" און דורכרדעם איז ער געווארן א "כהן לקל עליון".
והשב כהנים לעבודתם
א פרייליכן שבת
ייש''כ. אבער פארוואס פונקט אים?ערעב איד האט געשריבן:זייער שיין!
דארף מען דעס איבערגעבן פאר ר׳ טמ"נ...
ער דארף נייע תורות יעדע וואך צי מאכן געלט..א נייניקל האט געשריבן:ייש''כ. אבער פארוואס פונקט אים?ערעב איד האט געשריבן:זייער שיין!
דארף מען דעס איבערגעבן פאר ר׳ טמ"נ...
זייער שייןא נייניקל האט געשריבן:פרשת לך לך
ומלכי צדק מלך שלם הוציא לחם ויין, והוא כהן לקל עליון
וואס האט א שייכות די צוויי זאכן פון הוציא לחם ויין, און אז ער איז כהן?
פארוואס שטייט נישט קודם ומלכי צדק.. והוא כהן, הוציא לחם ויין? קודם ווער ער איז, און דאן וואס ער האט געטון?
עס שטייט אין מס' יומא "הרוצה לנסך יין ע''ג המזבח ימלא גרונם של תלמידי חכמים יין". אויב איינער וויל היינטיגע צייטן גיסן וויין אויפן מזבח זאל עס געבן פאר א ת''ח
אין מס' מנחות זעען מיר, אז היינטיגע צייטן איז א טיש וואו א מענטש עסט ברויט בקדושה, אזויווי א מזבח, און ער איז מקריב א קרבן
זאגט דער הייליגער חתם סופר. אויב אזוי קומט אויס אז יעדער וואס גיבט צו עסן פאר א ת''ח ווערט א כהן, ווייל ער איז מקריב א קרבן, און גיסט וויין אויפן מזבח
דאס איז פשט אין פסוק. "ומלכי צדק מלך שלום הוציא לחם ויין" ער האט געברענגט ברויט און וויין פאר אברהם, וואס איז געווען א ת''ח. ווייל קיים א''ע כל התורה עד שלא נתנה. "והוא" און דורכרדעם איז ער געווארן א "כהן לקל עליון".
והשב כהנים לעבודתם
א פרייליכן שבת
שכחאן אייניקל האט געשריבן:פרשת ויראויאמר ה'... אל נא תעבור מעל עבדיך
מכאן שגדולה הכנסת אורחים יותר מקבלת פני השכינה (מדרש)
מיר ווייסן אז קבלת אורחים איז גרעסער ווי מקבל זיין פני השכינה, פון אברהם אבינו. אבער פון ווי האט אברהם געוויסט אז אויפנעמען געסט איז גרעסער? אפשר איז מקבל זיין די שכינה גרעסער, און ער האט נישט געמעגט אוועקגיין?
נאר מיר זעען אנפאנג סדרה אין רש''י אז דער בוכ''ע האט ארויסגענומען די זון פון איר האלטער כדי נישט מטריח זיין אברהם אבינו מיט געסט.
פון דעם האט אברהם פארשטאנען, אז מקבל זיין געסט קומט קודם. ווייל אויב איז קבלת פני השכינה גרעסער, וואלט גענוג געווען א דער באשעפער קומט אראפ צו אים, און ער וועט נישט דארפן אויפנעמען די געסט, ווייל די שכינה איז דאך דא. און עכ''ז האט דער באשעפער ארויסגענומען די זון, איז א סימן אז "גדולה הנסת אורחים"
למועד אשוב אליך ולשרה בן
א גוט שבת