די נאמען פון די מעשה איז: "מיין חול המועד האלטן מיט'ן נייעם ביכל..."
שוין עטליכע יאר וואס כ'האב איינגעפירט א מנהג הגון, כ'קויף נישט קיין שום מאגאזינען אויף יום טוב.
אנשטאט ספענדן דרייצן דאלער פאר דריי מאגאזינען, מיט אויפגעבלאזענע בילדער און עדס, און וואס גייט אין גארבידזש א וואך נאך יום טוב, צאל איך דאס זעלבע געלט פאר א גוטע ביכל וואס עס ליגט דערינען געווענליך יארן פון סורטש ארבעט, שרייבן און רעדאקטירן, בילדער און דאקומענטן, און ס'בלייבט נאך אין שטוב פאר א רעיני דעי.
געווענליך קויף איך א ביכל אויף לשה"ק, פשוט ווייל אויף אידיש קומט זעלטן ארויס געהעריגע באארבעטע ביכלעך. פאריגן חול המועד האב איך צ.ב.ש. געקויפט דעם ספר הנפלא "במחיצת ר' גדל", פון דעם גערער משגיח ר' גד'ל אייזנער, דאס איז א מאסט ריעד און סגייט נישט אזוי שנעל ארויס פון זכרון.
דעם סוכות איז יא באשטימט געווארן פאר א אידישן ביכל, כד עייל שבתי, און לשבחה יאמר אז ס'איז געווען זייער א געשמאקע חול המועד פארברענג... ווי אסאך האבן שוין געשריבן, עס ליינט זיך זייער פליסיג און רואיג, שיין צעטיילט די פרקים לויט אלע סארט ענינים, גוטע קעפלעך און אונטער-קעפלעך, און ס'איז פול מיט ידיעות איבער דאס לעבן און שאפן פון די שארית הפליטה אין די כ' ל' יארן און די פעולות פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע למען הכלל אין יענע יארן.
אפילו די פערזענליכע לעבנס געשיכטע פון ר' שבתי מרדכי איז באלערנד, הגם כ'בין נישט קיין שום קרוב צו דעם איד, אבער ער האט זייער אינטערסאנטע זכרונות פון זיינע בחורי'שע יארן ביים עצי חיים און ביים רבי'ן אין ישיבה. ס'איז עמאציאנאל צו ליינען וויאזוי דער רבי האט אים געשיקט דריי מאל מיט א שליחות צו די רעביצין ע"ה נאך די פטירה פון די טאכטער רחל ע"ה אז זי זאל נשיט פארגעסן ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט...
קען זיין ס'איז באקאנטע זאכן אבער פאר מיר עכ"פ איז געווען א נייעס די הינטערגרונד פון די לאגערן אין עסטרייך.
כ'האב אלס געוואוסט אז ס'איז געווען אסאך אידן און גאנצע משפחות וואס זענען געבליבן לעבן אין די עסטרייכישע לאגערן, ביינונז אין סאטמאר איז געווען ר' משה אלי' עסטרייכער און די קינדער, ר' יצחק גאלדבערגער מיט די קינדער, אשת ר' נפתלי אינדיג און נאך. אפיציעל פלעגט זיין די ניגון אז פארטיזאנער האבן באמבארדירט די שינעס, אבער דער ביכל ברענגט פון קראנטע מקורות אז דאס איז געווען א קונצליך מאנעווירטע הצלה פלאן דורך הגה"צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל וואס האט באוויזן צו אפראטעווען אזויפיל אידן, אן נעמען קרעדיט דערויף.
די קאפיטלען פון התאחדות הרבנים און אלע מערכות... סאום האו באווייזט ער צו דעקן כמות פון דרייסיג קריטישע יאר און דאס אריינשטופן אין איין מצומם'דיגע באנד... דו באקומסט ביי יעדע מאורע, יעדע אסיפה, יעדע פראטעסט, אלע בעיסיק פרטים, שיין געשילדערט אז מ'זאל ארויסהאבן דאס בילד, אבער נישט צופיל מאריך געווען, נישט צו פארלירן די פאקוס...
איין זאך וואס איז מסתם די גולת הכותרת פון דעם ביכל איז דער אוצר פון דאקומענטן וואס ליגט באהאלטן צווישן די בלעטער, ס'איז אביסל צו קליין, מעג ווען זיין גרעסער און מער ליינבאר, אבער אז מען טוט זיך אויס די גלעזער און מען באטראכט די דאקומענטן פון דער נאנט איז דא אסאך גוטע סחורה...
אויף עמוד קע"ג האבן מיר א האנט געשריבענע פראטאקאל אז התאחדות נעמט אויף די חשוב'ע אברכים זיי זאלן אנהויבן נעמען שימוש, הגאוה"צ רבי מנחם זכרי' זילבער, רבי יוסף טייטלבוים (ווער אידאס?), ר' שלמה יהודה וויינבערגער, און רבי יקותיאל יהודה פילאפ.
אויך הגאונים רבי שמשון צינער, רבי שמעלקא פרידמאן, ר' נטע ווייס (וועלכע? ), ר' משה מאיר בריעף, באקומען אויך ערלויבעניש צו זיצן עבור שימוש.
אין א דאקומענט שפעטער, פון אן אסיפה א' וילך תשל"ז, אין שטוב פון פאפא רב ז"ל, נעמט מען אפיציעל אויף הגאוה"צ רבי מנחם זכרי' זילבער און רבי יקותיאל יהודה פילאפ אלס מורי צדק, נישט איידער דער פאפער רב שטעלט זיי אויפ'ן צימבל מיט שאלות איבער מראות.
עס ווערט דארט אויסגערעכנט אז הגרז"ל פילאפ שליט"א האט באקומען הוראה פון הגה"צ רמ"א פריינד, הגר"א לייטנער, קאפיש און הגר"ש וואזנער בעל שבט הלוי. נישט געוואוסט דאס.
אויף עמוד רל"ה ביי אן אסיפה איז דא אן אומבאקאנט בילד וואו מ'זעט אדמור מהר"א מסאטמאר זיצט נעבן זיין רבי דער דיין ר' ישראל חיים מנשה ז"ל, אויף רל"ט זיצט ער נעבן זיין ברודער ר' שלום אליעזר אלס בחור, אויף רל"ג דארף מען צו זען אדמו"ר מהרי"י אלס קליין בחור'ל ביי א פראטעסט, ס'איז נאר פשוט נישט קלאר אזוי אז ער קען מיך סייווי איינרעדן וואס ער וויל...
די מעשה פון עמוד רי"ב וויאזוי התאחדות האט געראטעוועט דאס אויפגראבן די מערת המכפילה, מאכט עפעס נישט קיין טראפ סענס אין מיינע אויגן. ער ברענגט טאקע אויסצוגן פון דער איד בימים ההם און א בריוו פון דעם ירדנ'ער קעניג, אבער שווער צו גלייבן אז ס'איז ממש געווען א פלאן צו אויפגראבן די מערת המכפילה און נאר די קליינע התאחדות הרבנים פון וויליאמסבורג האט דאס אין די לעצטע מינוט פארמיטן...
עמוד רכ"ג איז דא זייער אן אינטערסאנטע בריוו פון שארמאש רב, דער דיין ר' ישראל חיים מנשה און דער קארלסבורגער רב, אדרעסירט צו ר' יוסף ובנו ר' יחזקאל וויינשטאק אז זיי דארפן ענדערש גיין זיצן אין תפיסה, נישט צו מסר'ן א צווייטן איד. א שיינעם שמועס מיט ר' יחזקאל איבער זיין טורמע טערמין.
די בילדער פון דעם תשל"ד פראטעסט אויף עמוד רצ"ח איז חול המועד, אבער ממש רוב עולם גייט מיט די היטן, אפילו ר' נתן יוסף, בלויז דער וואוידיסלאווער רב מיט נאך עטליכע זקנים גייט א שטריימל. ס'איז געווען אן אנדערע וועלט... מ'האט געוואוסט אז מ'גייט קיין מאנהעטן קען מען נישט אנטון דעם שטריימל, דער גוי וועט אונז דאך אנקוקן ווי משוגע...
שיינע אומבאקאנטע בילדער אויף עמו' רפ"ד פון א פראטעסט מיט ר' יחזקאל'ע מערץ מיט זיין בטלני'שע טראגע. די ליטווישע גדולים ר' משה פיינשטיין, רבי אברהם קאלמאנאוויטש אן די היט...
דער כינוס הכללי איז זייער לעבעדיג באשריבן, ס'קען זיך דוכטן אז מען האלט עס מיט לייוו מיט אלע בילדער און דאקומענטן. אין די רעזולוציעס פון דעם כינוס סימן ז' פארלאנגט התאחדות אז די שטיצע פון די רעגירונג פאר רעליגיעזע שולעס זאל קומען דירעקט דורך א רעגירונג אגענטור אן קיין שום שום זייטיגער פארמיטלונג!
צען יאר שפעטער ביי דעם כינוס פון תשל"א, עמוד שס"ח, שטייט נאר שארפער אז "דער כינוס אפעלירט צו גאוו. ראקעפעלער אונטער צו שרייבן בילס וועלכע וועלן ערמעגליכן סטעיט שטיצע פאר ישיבות און דערמיט העלפן דעם שווערן מצב אין וועלכע אלע חרד'ישע מוסדות התורה והחינוך געפינען זיך יעצט".
גיי פארצייל דאס היינט...
אויף עמוד שנ"ו איז דא א בילד פון א בריוו וואס דער רבי האט פארגעשריבן בכתב יד קדשו, אבער דערנאך איז עס ערשינען אלס אן אפיציעלער בריוו פון התאחדות מיט די חתימה פונעם שארמאשער רב. זעהט אויס דער רבי האט געהאלטן אז די התאחדות וועט האבן מער א השפעה אויף די גאס.
א חידוש אז דער רבי האט דייקא געוואלט האבן די חתימות פון צוויי יונגע רבנים קעגן די בחירות, דער ספינקער רבי, רבי הערשעלע זצ"ל, און דער ביקסאדער רבי.
אין עמוד תמ"ט דער בריוו צו די ניו יארק טיימס שטעלט אוועק א קלאסישע נארמאלע סאטמאר... מיר האבן קאלעדזש פראפעסארן, סייענטיסטן, שרייבער און פילאזאפירער, ביזנעסלייט, נישט סתם א קנאי'שע הייפעלע פון עקסטרעמיסטן...
אין עמוד תנ"ז האבן מיר א לעבעדיגע שילדערונג פון א "קהל'ס מיטינג" בימים ההם, וואו ס'ווערט באשטימט אז דער רבי וויל האבן רבי ישראל חיים מנשה זצ"ל פאר מורה הוראה און יבלחט"א רבי געציל שליט"א זאל נעמען הוראה פון אים. אויפ'ן צעטל ווערט אויסגערעכנט אלע באטייליגטע, קהל'ס לייט. אלעס איז געווען זייער אפיציעל און עמטליך. נישט ווי היינט.
אין דעם לעצטן קאפיטל איז דא א גוטע הוראה בשם ר' אברהם'לע פאלקאוויטש וואס האט געפרעגט דעם שינאווער רב צי ער מעג נוצן מעשר געלט אויף צו פארן צו א צדיק, ווען דער שינאווער רב האט אים געפרעגט וועלכן רבי'ן ער מיינט, האט ר' אברהם'לע געזאגט: "צום רב"... האט אים דער שינאווער רב געזאגט: "פארן יא, אבער שטעלן מעהד נישט". דער רבי האט שפעטער איבערגעהערט די מעשה פון בנו ר' אפרים פאלקאוויטש און האט דאס מקבל געווען.
צום סוף פון די ביכל איז דא א טוץ פון פראטאקאלן וואס מדארף זיך אראפנעמען די צייט צו דורכקוקן. מ'קען דארט געפינען פנינים יקרים...
ביי די אסיפה פון תשי"ט איז דא א גאנצע טענה'ריי צו מ'זאל מאכן כוללים פאר אינגעלייט זיך צו משלים זיין בהוראה... הרב שפירא קיוויאשד איז זיך מתנגד, שאפראנער רב צייגט אן אויף דעם "אי התועלת" פון מייסד זיין כוללים, קראסנער רב איז אויך נישט אזוי צופרידן, און וואוידיסלאווער רב זאגט אז קודם דארף מען מחנך זיין די בחורים זאלן מסכים זיין צו לעבן א כולל שטייגער...
ווידעראום רבי אשר באב"ד, הרב כ"ץ סאמבאטלי, דער ברך משה, זענען יא שטארק תומך דעם רעיון.
זעהט אויס אז זיי האבן למעשה געווינען. פוק חזי מה עמא דבר...
ביי אן אנדערע אסיפה איז דער קאשויער רב מעורר אז מ'זאל ארויסשטעלן א מודעה קעגן די איבערגעטריבענע אויפרייסערישע בר מצות... דער ברך משה איז תומך די הצעה. הרב באב"ד פעסט זאגט אז קודם דארפן די רבנים צוימען זייערע שמחות קשוט עצמך תחלה ואח"כ קשוט אחרים.. אבער הרב י"א אייכנשטיין קיוויאשד ענטפערט דערויף אז די רבנים דארפן עס האבן פאר די פרנסה... האט עס אן אנדערע הלכה...
ביי די זעלבע אסיפה באקלאגט זיך דער קאשויער רב אויף דעם חיי דוחק פון פרומע משפחות וואס צוליב דעם דחקות קומט מען צו מכשולות פון מ.ה. בדרך איסור, ער שלאגט פאר אז מען זאל מאכן השתדלות ביי די גאווערמענט זאל טיילן גרויסע געלטער פאר קינדער געבענטשטע משפחות... אסאך זענען מפקפק אויף די הצעה אבער שאפראנער רב האלט אז אלס א חרדי'שע ארגאניזאציע קען מען יא עפעס טון דערוועגן.
ווינטער תש"כ ביי אן אסיפה שרייבט דער פראטאקאל: "לשאול מאת כ"ק אדמו"ר שליט"א הנשיא אם מסכים להמחיר שיעלה משני סענט לג' סענט לפלאמבע"... אנדערע וועלט געווען...
איין פראטאקאל דערמאנט "אודות המולי"ם ספרים ובהם מכתבים והסכמות מרבנים מזרחיים וציונים, הוחלט (בהצעת הרב מפאלטישאן שליט"א) לכתוב מכתב מחאה"...
אין יאר תשכ"א פאדערט סקולענער רבי אז מען זאל מאכן אפיעלס פאר די רומענישע אידן. קוים איז דער צדיק ארויס פון דארט מיט'ן לעבן און ער רודערט שוין ביי התאחדות צו העלפן זיינע ברודער.
בעפאר די מחאה אין יאר תשכ"ב איז דא א החלטה לדבר עם כל הרבנים והאדמורי"ם המפורסמים כמו ליובאוויטש, סקווער, באבוב וכו'... נאכדעם איז דא א פונטקליכע ליסטע וועלכע רב פון התאחדות זאל רעדן מיט וועלכע ליטווישע ראש ישיבה...
אין יאר תשכ"ג איז דא א פלאן צו רעדן מיט מעיאר וואגנער אז ער זאל מאכן איין וואגאן אין די טרעינס בלויז פאר מענער... א מהדרין טרעין...
ביי א אסיפה אין תשכ"ו ווילן עטליכע רבנים ארויסגעבן א מחאה קעגן מאכן פיקטשערס ביי חתונות, אבער דער ברך משה זאגט אז דאס וועט נישט ארבעטן, ער איז מציע אז די רבנים זאלן פריוואט מעורר זיין. עס ווערט א גאנצע דוסקוסיע און דער באטערער רב וואונדערט זיך אויף דעם גאנצן דיון, מיר ווייסן דאך אז פיקטשערס איז שורה א רוח טומאה, דארף מען דאך זיכער ארויסגיין דערקעגן...
אין יאר תש"ל, בעפאר די כינוס הכללי, ביי אן אסיפה אין שטוב פון צעהלים'ער רב איבער די נושאים וואס מען זאל רעדן ביים כינוס. הגרנ"י מייזעלס שלאגט פאר אז מען זאל רעדן אודות ליובאוויטש, אבער ס'איז געבליבן אז "לא החליטו"...
בכלליות זענען די פראטאקאלן אנגעפולט מיט אלע ערליי קאלירפולע טעמעס, אנגעהויבן פון די חילול שבת צייטונגען, כשרות, זאלץ און צוקער, מקוואות טהרה, פרצות הדת, און וואס נישט.
אוועראלל איז עס א שיינע דזשורני – פופציג זעכציג יאר ריווערס. ווארט מיר שוין אויף די קומענדיגע באנד...