-
ציטיר
- 0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך ותיק וחסיד
»
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:
לאמיר גיין א סטעפ ווייטער: אויב זענען אונזערע טיטשערס אזוינע קאנפידענט שטימע עקספערטן הלמאי אפערט קיינער נישט קיין מאני בעיק גארענטי פאר זייער אויסגעצייכנטע סערוויסעס? לאגיש וואלט דאס זיי געברענגט אסאך מער ביזנעס... און אויפגעבויט א משוגענע רעפוטאציע... ווייל זיי ווייסן אויך וויפיל פראצענט פון זייערע קליענטן ווערן בעסער ביי זיי. דו צאל מיר נאר א overpriced ראטע פאר א זאך וואס איך האב קיין דאלער נישט אינוועסטירט זיך צו לערנען, איך טשארדזש דיר אבער פאר מיין צייט אן קיין די מינדעסטע גארענטי אז מיין פראדוקט ארבעט... קודם געב אויס א צען אלפים... פאר אים לוינט זיך עס זיכער... אה דיין שטימע דארף אויך בעסער ווערן? ליסטן מ'טרייט די בעסט...
פליז איך קען די ב"ש גוט...
אביסל עקענאמיקס.ווען איינער דארף א סערוויס גייט ער צו איינער וואס אפערט די סערוויס. דער וואס געבט די סערוויס בעט געלט פאר די סערוויס. אזוי ארבעט די וועלט, קיינער ארבעט נישט בחנם.אז מען רעדט שוין יא, צעהן אלפים פאר א שטימע איז נישט קיין טייערע פרייז. אפגערדעט פאר א זינגער וואס פאר גיין צו כהן האט נאר געקענט האבן צוויי דריי דזשאבס א וואך און יעצט האט ער פינעף. (כידוע, איינע פון די ערשטע סימנים אז איינער גייט צו כהן איז, אז ער קען האבן א דזשאב יעדע נאכט און ווערט נישט איבערגעשטרענגט). אזא איינער מאכט טויזענט מאר צוריק זיין געלט במשך זיין קאריער.אבער אפילו סתם איינער וואס האט שוועריקייטן ביים רעדן, ליינען, זינגן אדער פארדאווענען, געט איהם זיין גוטע שטימע א געפיל וואס איז אסאך מער ווערט פון צעהן אלפים.