דעס איז ציקער זיס ביטער ווערטער
געזהען היינט צופרי ביי די קאווע א שיין ווארט פון אדמו"ר מהרי"י שליט"א מ'סאטמאר.
ואלה תולדות יצחק בן אברהם אברהם הוליד את יצחק. לכאורה אז ער הייבט אן ואלה תולדות יצחק בן אברהם ווייס איך שויך אז אברהם הוליד את יצחק. (ורש"י כבר הרגיש בזה).
נאר די גמרא זאגט יצחק אבינו האט מתקן געווען תפלת מנחה שנאמר ויצא יצחק לשוח בשדה, שיחה איז א לשון תפלה שנאמר תפלה לעני כי יעטוף ולפני ה' ישפוך שיחו.
דער ענין פארוואס יצחק'ס תפלה ווערט אנגערופען שיחה, על פי דעם בני יששכר, מקובלני ווען א מענטש האט מורא צו מתפלל זיין וועגן די מקטריגים וואס ווילען מעכב זיין די תפלה, איז די עצה צו לויבען דעם אייבירשטער אויף די זאך וואס ער וויל בעטן, למשל ער דארף פרנסה, זאל ער לויבען דעם באשעפער אז ער איז דער זן ומפרנס לכל, און נאכדעם וואס ער האט שוין געלויבט דעם אייבירשטער אויף די בקשה קען שוין קיין מקטרג מעכב זיין, ווייל עס איז אינו לפי כבודו של מקום, עיי"ש שפי' בזה דברי הגמרא לעולם יסדר אדם שבחו של מקום ואחר כך יתפלל.
זאגט מהרי"י שליט"א, סאיז יתכן אז יצחק וואס האט מתקן געווען תפלת מנחה וואס איז מרמז אויף די שפעטערע זמנים בין הערבים, וואס אין יענער צייט וועלן אידען מורא האבען צו מתפלל זיין מפחד המקטריגים, דערפאר האט יצחק אראפגעשטעלט א עצה טובה, מ'זאל מספר זיין בשבחו של מקום און נאכדעם מתפלל זיין. און דערפאר ווערט זיין תפלה אנגערופען שיחה, אזוי ווי מען זהעט שיח"ו בכל נפלאותיו, דערמאנען דעם באשעפער'ס שבחים ווערט אנגערופען בלשון שיחה. און אויף דעם ברענגט די גמרא א ראיה שנאמר תפלה לעני - בדעת, כי יעטו"ף, ווען מען איז עני בדעת און מהאט מורה פון די מקטריגם און מען וויל מעטיף זיין די תפלה עס בהאלטן פון די מקטריגים אז זיי זאלען נישט קענען מעכב זיין, איז די עצה ולפני ה' ישפוך שיח"ו, מספר זיין בשבחו של מקום, און אזוי ארום וועלן די תפלות נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.
ממילא קען זיין ווען יצחק האט מתפלל געווען אז ער זאל געהלפען ווערן מיט קינדער, האט ער זיך אויך באניצט מיט די עצה צו פארציילען שבחו של מקום, און אין זיין תפלה האט ער דערמאנט דעם שבח פונעם רבונו של עולם וואס האט געהאלפען אברהם אבינו מיט א קינד לעת זקנתו.
און דאס זאגט דער פסוק, ואלה תולדות יצחק בן אברהם, פי' וויאזוי איז יצחק געהאפלען געווארען מיט קינדער, אברהם הוליד את יצחק, ער האט פארציילט שבחו של מקום אז אברהם האט געבוירן יצחק לעת זקנתו און אזוי האט ממשיך געווען די ישועה פאר זיך צו געהאלפע ווערן מיט זרעא חיה וקיימא.
אגב ווייסט איינער ווי מ'קען באקומען זיינע תורות ?