מעדיצין קאפסולן מיט א פלאסטישע איבערדעק געמאכט פון געלאטין
וואס בלייבט להלכה? וויאוזוי פירט מען זיך, מעג מען דאס אראפשלינגען גאנצערהייט, אדער ברויך מען ארויסדנעמען דעם זויערן אינהאלט און עס אויפעסן בעין? און ווי איז ווען אויפן באטל שטייט א אזהרה, נישט צוצוברעכן און / אדער צוקייען דעם קאפסול? וועט דאן שייך זיין צו ארויסגיסן דעם אינהאלט און אזוי נעמען, אדער איז דעמאלטס גארנישט ווערט דער גאנצער מעדיצין?
מענין לענין, ווען מען גייט צו א לעברעטארי מאכן טעסטס, הייסן זיי טיילמאל אויסטרינקען א געמישאכץ וואס האט א טעם פון לעמאנעיד, און לאזט איבער זייער א קיוהא'דיגן טעם אין מויל. מעג מען דאס רואיג טרינקען? איז דא עפעס א חשש דערביי? (איך רעד פון גוי'אישע לעבס וכדו').