אברהם דוד האט געשריבן: איך וויל מאכן א אפציע אין א User Form צו קענען זוכן פאר א רעקארד דורך אריינטייפן אין א Search Box איך בין זייער רוי אין VBA אבער אין א Worksheet האב איך געטראפן א וועג דאס צו מאכן, און דערווייל האב איך אויסגעשטעלט אין די Form אז דורך א Command Button עפענט ער יענע Sheet און דורך א מעקרא אין די Sheet עפענט ער צוריק די Form און ער לייגט אריין דארט די אויסגעוועלטע רעקארד.
איך לייג דא צו א סעמפל פייל פון וואס איך האב געמאכט אז מען זאל בעסער פארשטיין (אין די ארגינעלע פייל איז עס שענער אויסגעשטעלט און באהאלטן אלע איבעריגע אינפארמעשאן וואס די User דארף נישט זען).
איך זוך א וועג צו מאכן די גאנצע זאך אין מיין User Form, אדער צום ווייניגסטענס זאל די Search געטון ווערן אין א אנדערע Form אנשטאט אין א Worksheet.
אויב איינער קען העלפן וועל איך זייער דאנקבאר זיין, איך האב פראבירט פרעגן אין Google אבער אזוי ווי איך קען נישט עכט קיין VBA פארשטיי איך בכלל נישט די ענטפערס.
די בעסטע וועט זיין אויב איינער קען עס צולייגן אין דעם זעלבן פייל וואס איך לייג דא מיט, אזוי וועל איך לכאורה עס קענען איבערמאכן אין די עכטע פייל.
די סעמפל פייל
א דאנק פון פאראויס.
די עצם Search קען נאר טרעפן א גאנצע String עס וואלט בעסער געווען ווען מען וואלט געקענט נוצן א Space צו זוכן עקסטער אין ערשטע און לעצטע נאמען.
צום ביישפיל אז ווען איך טייפ "avr" space "duv" זאל ארויפקומען "Avrum, Duvid"
איך גלייב אז דאס דארף זיין מעגליך אין VBA און דאס וועט זיין א עקסטערע שטארקע מעלה.