Re: מקוה געלט!
פארוואס זאל א מקוה זיין אנדערש ווי קאווע וואס ווערט צוגעשטעלט אומזיסט, און יעדע חודש גייט מען ארום נאכגעלט, און יעדער געבט וויפיל ער קען, יודן זענען מנדב לכבוד א שמחה, יארצייט.
א מקוה איז נאך אזוי וויכטיג, אז יעדער יוד זאל קענען צוקומען צו דעם סיי ווען אן קיין אפהאלט, פארוואס דא האט מען געטראפן די לאך ווי מ'גייט ארויפלייגן שרעקעדיגע גראטעס, ווייל די חסידישע רויבערס גייען זיך אריינכאפן אומבאצאלט, ס'קוקט אויס ווי מ'רעדט דא פון ריזיגע געלטער.
בעט מקוה געלט פאר ווער ס'קען באצאלן, און גיי ארום נאכגעלט פארן בית מדרש, און מקוה, נר למאור, פארקויף שמחת תורה די זכות פון די מקוואות.
וואס איז עס אנדערש ווי די חסידישע יוד וואס איז אריינגעקומען אין א ליטווישע בית מדרש און געוואלט מאכן א קאווע האט מען אים געזאגט ס'נכסי ציבור מ'דארף יעדן פרעגן
רבותי! די מקוה איז פונקט אזוי נכסי ציבור ווי די בית מדרש.
און אונז זעמער די זעלבע חסידישע יודן וואס זארגן פאר א צווייטע יוד, ער זאל האבן א קאווע אין בית מדרש, און ווען ער קען נישט באצאלן זיין גראסערי פלייש און אויך מקוה, טו מיר אונז מיט אים צדקה וחסד.
און איך אלס א חלק פונעם ציבור בין קלאר מסכים אז אויב איינער קען נישט באצאלן, אדער ער איז אנגעקומען פרייטאג נאכמיטאג אן קיין געלט אין מיין שטאט זאל ער גיין פאר פרי