מיין לעפטאפ איז געגנבט געווארן, דארף איך זיין באזארגט?

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

מיין לעפטאפ איז געגנבט געווארן, דארף איך זיין באזארגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

געשען איז עס ווען איך בין געווען אין א באס סטאנציע אין די ווייטע טשילע, אין די שטאט סאנטיאגע. וואס איז אגב גאנץ א מאדערנע שטאט.
אינמיטן ווארטן אויף א באס האט א פראפעשענאלע גנבים גרופע ארויסגעגנבט מיין בעק פעק, דורך זייער א פראפעשענאל וועג.
ברוך השם עס איז נישט קיין גרויסע געלט שאדן געווען, צוויי ארטסקרול גמרות, חומש, מיינע זויבערע וועש. עסן. אבער נישט מיין פאספארט, תפילין ב"ה.

ווי אויך איז דארט געווען מיין קראומבוק, וואס דאס פאר זיך איז נישט אזא שאדן, אבער וואס איך בין געווען באזארגט איז, אז די קראומבוק איז געווען א Trusted device ביי מיין באנק, קרעדיט קארד, Anydesk, gmail און נאך.
איך געדענק נישט, צו ווען איך האב עס גענוצט די לעצטע מאל האב איך געהעריג ארויסגעלאגט, וואס דאס מיינט אז ווען דער גנב וועט עס פרובירן נוצן וועט ער דארפן האבן מיין פעסווארד אריינצולאגן אין מיין פראפייל, אדער קען זיין איך האב פשוט געגעבן א מאך צו די קראומבוק, און ער קען עס נוצן אן אריינלאגן.
פארשטייט זיך אז איך האב תיכף אראפגענומען די דעווייס ביי מיין גוגל אקאונטס, יעצט איז די שאלה, אז לויט ווי איך זעה אויף גוגל איז די מאשין נישט געווארן גענוצט פון דאן.
Last seen is Nov 14
איז דא וואס צו זיין באזארגט? פארוואס האט מען עס געגנבט אז מען נוצט עס נישט?
האט ער תיכף געמאכט א הארד ריסעט אן טרייען צו גנבענען אינפארמאציע?

איז שייך עס אראפצונעמען פון די באנק טראסטעד דעווייס? Anydesk?
וכו'.
טוישן פעסווארדס ביי אלעס איז אומבאקוועם און אויב עס פעלט נישט אויס וואלט איך עס פרובירט צו פארמיידן.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: מיין לעפטאפ איז געגנבט געווארן, דארף איך זיין באזארגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אוי וויי א פרישע "לעפטאפ פראם העל" געשיכטע?...

ערנסט גערעדט, עס איז פעסווארד פראטעקטעד?
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: מיין לעפטאפ איז געגנבט געווארן, דארף איך זיין באזארגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

דאס איז מיין דילעמע, איך געדענק נישט פונקטליך. עס האט געהאט א פעסווארד ביים אנצינדן פון אנפאנג, אזוי ווי אייביג.
לאמיר עס אביסל מרחיב זיין, ביי מיר איז קראומבוקס אזאך וואס מען קויפט בערך 3 מאל א יאר, דא פאלט עס אראפ, דא צוברעכט זיך עס דורך א קינד. ממילא קויף איך געווענליך ביי סעילס ווען איך זעה פאר ביליגער ווי 100$ פשוט אז עס זאל זיין פאר ווען מען דארפט.
די וועג ווי אזוי איך ארבעט ע"פ רוב איז אז איך לאג אייביג אריין דורך עני דיסק צו מיין אפיס קאמפיוטער, ממילא האב איך גארנישט וויכטיג פיילס געסעיווט דארט.
דא געדענק איך נישט ווי אזוי עס איז געווען אנגעשטעלט, צו מען האט געדארפט אריינלייגן די פעסווארד יעדע מאל צו נישט. געווען גאנץ א נייע קראומבוק, און איך האב מיר נאר באנוצט מיט עס ביים טרעוולען, אינדערהיים איז עס געווארן גענוצט דורך מיין בני בית.
אוועטאר
Unidentified
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
פארבינד זיך:

תגובה דורך Unidentified »

לעיקוואד האט געשריבן:

קודם די טשיינע סטייל איז נישט צו גנבנען אינפערמאציע, גנבנען אינפערמאציע איז א רוסישע וועג אין לעבן.
ביי די באנק קענסטו אראפ נעמען די דיוויסעס אלץ טראסטעט
גוגל רימאוט דעסקטאפ איז מער סעקיור (פאר נעקסטיים)
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: מיין לעפטאפ איז געגנבט געווארן, דארף איך זיין באזארגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

ווי אזוי נעם איך עס אראפ, שוין פראבירט עטליכע מאל.
AMEX.
CAPITAL ONE.
איך וויל נישט אריינקאלן ווייל איך האב מורא אז זיי גייען ריסעטן מיין פעסווארד.
שוין דורך איבער א חודש, און ב"ה דערוויל גארנישט געגנבט.
אגב א קרעדיט קארד האט מיר אויך געפעלט אבער דאס האב איך געסטאפט תיכף ומיד.
מיין קאר שליסלעך מיט א שליסל צו מיין הויז איז אויך דארט געווען אבער איך גלייב שווער אז דער גנב וועט אמאל זיין אין אמעריקע, מיין קאר געב איך שוין סיי ווי אט אט צוריק. און גיי זיך מיר... חוץ אויב ער ליינט איי וועלט....
די גנבים דארט זענען אזוי ארעם אז עס לוינט זיי צו גנבענען א גאנצע בעקפעק בלויז פאר די עסן. מען קען דארט זען מענטשען שלאפן אויף די גאס מיט ממש גארנישט און דערנעבן רייכע הייזער.

למען האמת אויב וואלט דארט געווען מיין פאספארט אדער תפילין וואלט איך מער איבערגעדרייט עס צוריקצובאקומען. עס איז געווען אין די פראנט פון א איי, און דארט איז דא סעקיוריטי, נאר היות איך האב געדארפט נעמען א באס ארויפצופארן די אנדעס בערג האט זיך נישט געלוינט צו פארפאסן די באס פאר א 300$ שאדן.
איך האף נאר און איך בעט מחילה פונעם חומש און גמרא אויב עס איז געווארן א בזיון ספרים.
אוועטאר
Unidentified
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
פארבינד זיך:

Re: מיין לעפטאפ איז געגנבט געווארן, דארף איך זיין באזארגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Unidentified »

לעיקוואד האט געשריבן:
ווי אזוי נעם איך עס אראפ, שוין פראבירט עטליכע מאל.
AMEX.
CAPITAL ONE.
איך וויל נישט אריינקאלן ווייל איך האב מורא אז זיי גייען ריסעטן מיין פעסווארד.
שוין דורך איבער א חודש, און ב"ה דערוויל גארנישט געגנבט.
אגב א קרעדיט קארד האט מיר אויך געפעלט אבער דאס האב איך געסטאפט תיכף ומיד.
מיין קאר שליסלעך מיט א שליסל צו מיין הויז איז אויך דארט געווען אבער איך גלייב שווער אז דער גנב וועט אמאל זיין אין אמעריקע, מיין קאר געב איך שוין סיי ווי אט אט צוריק. און גיי זיך מיר... חוץ אויב ער ליינט איי וועלט....
די גנבים דארט זענען אזוי ארעם אז עס לוינט זיי צו גנבענען א גאנצע בעקפעק בלויז פאר די עסן. מען קען דארט זען מענטשען שלאפן אויף די גאס מיט ממש גארנישט און דערנעבן רייכע הייזער.

למען האמת אויב וואלט דארט געווען מיין פאספארט אדער תפילין וואלט איך מער איבערגעדרייט עס צוריקצובאקומען. עס איז געווען אין די פראנט פון א איי, און דארט איז דא סעקיוריטי, נאר היות איך האב געדארפט נעמען א באס ארויפצופארן די אנדעס בערג האט זיך נישט געלוינט צו פארפאסן די באס פאר א 300$ שאדן.
איך האף נאר און איך בעט מחילה פונעם חומש און גמרא אויב עס איז געווארן א בזיון ספרים.
Amex bank or credit card?
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: מיין לעפטאפ איז געגנבט געווארן, דארף איך זיין באזארגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

Credit card
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

Re: מיין לעפטאפ איז געגנבט געווארן, דארף איך זיין באזארגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

לעיקוואד האט געשריבן:
למען האמת אויב וואלט דארט געווען מיין פאספארט אדער תפילין וואלט איך מער איבערגעדרייט עס צוריקצובאקומען. עס איז געווען אין די פראנט פון א איי, און דארט איז דא סעקיוריטי, נאר היות איך האב געדארפט נעמען א באס ארויפצופארן די אנדעס בערג האט זיך נישט געלוינט צו פארפאסן די באס פאר א 300$ שאדן.
איך האף נאר און איך בעט מחילה פונעם חומש און גמרא אויב עס איז געווארן א בזיון ספרים.
נישט אז איך בין דיך דן - אל תדין את חבירך...

אבער עס געוואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן הלכה'דיג וואס מען דארף טוהן אין אזא פאל, צו כבוד הספרים איז נישט אזוי חשוב ווי די פאספארט.

אזוי אויך אז די גנבים האבען נישט מורא פון די איי מיט די סעקיוריטי, זעהט אויס אז זיי האבען נישט פון וואס מורא צו האבען...
שרייב תגובה

צוריק צו “קאמפיוטערס”