פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

אחראי: יאנאש

אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שמונת אלפים
תגובות: 8437
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

לעכטל האט געשריבן:
פ"וו זאל עס איינער אריינלייגן אין דיין עסן ווען דו ווייסט נישט, וואס וועט ער פארדינען?
א פאענטשל קאסטעמער
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: פארוואס האסטו גע'הרג'עט מיין ברודער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

"אייוועלט איז נישט קיין פלאץ פאר מחאות".
"אייוועלט איז נישט קיין פלאץ ארויסצוקומען פערזענליך קעגן א מענטש".

ריכטיג. וואס טוט זיך אבער ווען א היימישע אינגערמאן שטעלט זיך אוועק מיט א גאן אין ביהמ"ד און הייבט אן אויסשיסן די מתפללים..?

נעכטן נאכט האט א היימישע אינגערמאן ארויסגעלייגט אויף זיין סטאטוס - וואס ווערט נאכגעפאלגט ביי טויזנטער צוקוקער - בשם א דריטן, אז ער פארשטייט נישט פארוואס דראגס זאל זיין ערגער פון ציגארעטלעך אדער אלקאהאלישע געטראנקען - וואס דאס טוט יעדער אין די עפענטליכקייט, משא"כ דראגס וואס אויב וועט עמיצער זיך אוועקשטעלן רייכערן אינדרויסן פון ביהמ"ד וועט ער [האפנטליך] באקומען בייזע בליקן פון די ארומיגע.

איך בין נישט חושד דעם אינגערמאן אז ער האט אדורכגעליינט דעם אשכול, און איז באהאווענט מיט די טרוקענע פאקטן.
אזוי אויך גלייב איך נישט אז ער וויל דערמיט לעגיטימיזירן דראגס, נאר מן הסתם איז ער הונגעריג פאר אביסל אויפמערקזאמקייט.

אלנפאלס איז דאס א שרעקליכע פארברעך, און יעדער וואס קען טון עפעס אים צו אפהאלטן, וועט האבן א חלק אין הצלת נפשות ממש!

צום אינגערמאן (וואס פארמאגט גראדע א ניק דאהי אויף אייוועלט!) קען איך בלויז זאגן ווי פאלגנד:
כ'קען נישט שטיל בלייבן אין צייט וואס א חסיד'ישע אינגערמאן שעמט זיך נישט צו לעגיטימיזירן א שוידערליכע סם המוות אין פראנט פון טויזענטער צוקוקער.
האסט בכלל א השגה פון וויפיל הונדערטער! יא הונדערטער! טויט פעלער מ'רעדט דא? יונגע בחורים ליידער.
האסט א השגה וויפיל רבנים זענען ארויסגעקומען מיט איסורים אקעגן דעם? צו ווייסט איר אפשר אז ר' משה פיינשטיין האט געהאלטן אז ס'איז א איסור דאורייתא?
דו נעמסט די פאראנטווארטליכקייט אויף דיינע פלייצעס אויב דורך דיין סטאטוס וועלן אידן צוקומען צו לעגיטימיזירן אט די שוידערליכע סם?

האב רחמנות און שטעל ארויס א קלארשטעלונג איבער די טעמע! לאז וויסן פאר דיינע נאכפאלגער אז הונדערטער טאטע'ס זענען ליידער געזיצן שבעה פון דעם וויץ! אז דו האסט שוין יא דעם שופר אין די הענט, העלף אפשטעלן דעם בלוט באד!
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”