האוקול פאר גאווערנאר

אחראי: יאנאש

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אונז ווארטן מיר רואיג אויף די עבסענטי בעלאט'ס און עפידעיוויד שטימען צו קענען אנהויבן פארגלייכן צו די אנדערע יארן. מיט אלע שטימען אפגעציילט גייט האוקעל'ס געווינס ווארשיינליך זיין אין רעינדזש פון 1'טע טוירם דעמאקראטישע מידטוירם געווינסן אין די ניו יארקער היסטאריע.
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2557
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע:אונטער פרעשור

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

ווי סראלי ברענגט ארויס, זענען די 'ראו בי.' וואוטס געקומען צוליבן דאס פארפעלן צו לאזן וויסן פארן עולם דאס וויכטיגקייט פון שטימען פאר די אינדארסירטע. ס'איז באמת זייער א גערעכטע טענה, און ס'איז געווען אן ערנסטן טעות די פאסיווקייט מצד די עסקנים. דער טעות איז געקומען צוליב דעם וואס מ'האט געמיינט אז דער עולם וועט זיך אויסגעבן אויף זעלדין און אפשר אויך אנדערע זיצן וואס האבן געהאט שטיצער אהער אדער אהין. קיינער האט נישט געטראכט אז מענטשן גייען שטימען קעגן די אידן פריינט.

עניוועי, את הנאסע אין להשיב, כ'בין זיכער אז קומענדיגע מאל וואלן די שתדלנים לייגן א שטארקן געוויכט צו מיטיילן דעם ציבור דאס וויכטיגקייט צו פאר די אינדארסירטע.

אויב כ'מעג נאך צולייגן איין נקודה. אונז זעמער פאקטיש אין גלות, און מיר מוזן כסדר צוקומען צו די רעגירונג איינגעשטעלטע. כ'האב אויך זייער אסאך מאל אן אייגן מיינונג אויף די וואלן, צומאל קען איך אפילו האלטן קלאר אז יענע אינדארסמענט איז א טועת גמור. אבער כ'ווייס אויך אז מיט מיין בעסטע פארשטאנד איז נישט מעגליך פאר א ילוד אשה צו וויסן וואס איז באמת גוט פאר אונז אידעלעך.

ווען כ'שטום פאר מיין קאנדידאט און ס'שטעלט זיך פאקטיש ארויס אז יענער איז נישט געווען דער בעטער שליח, דאן קען איך בלעימען בלויז מיר אליין, אבער אויב כ'שטום פאר דעם אינדארסירטער קאנדידאט ווייס איך אזויפיל אז כ'האב געטון די מאקסימום השתדלות מיין זייט, און אפילו ס'שטעלט זיך ארויס אלס א טעות איז דער טעות נישט געווען מיינס... (בנוסף צו דעם וואס יענער שתדלן קען נוצן מיין שטימע צו העלפן א צווייטע איד.)

צב"ש קיין חילוק וואס די תוצאות פון די יעצטיגע וואלן גייען זיין איבער אונזער עקזיסטענס דאהי, גייעך קיינמאל נישט חרטה פארן שטימען פאר יענעם וועם מיין קהילה האט געבעטן. כ'האב בס"ה געטון מיין חלק השתדלות לויט מיין באגרעניצטן מח.
סראלי
שר תשעת אלפים
תגובות: 9124
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע:אין די טריי סטעיט עריע

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

ר' יום טוב האט געשריבן:
אונז ווארטן מיר רואיג אויף די עבסענטי בעלאט'ס און עפידעיוויד שטימען צו קענען אנהויבן פארגלייכן צו די אנדערע יארן. מיט אלע שטימען אפגעציילט גייט האוקעל'ס געווינס ווארשיינליך זיין אין רעינדזש פון 1'טע טוירם דעמאקראטישע מידטוירם געווינסן אין די ניו יארקער היסטאריע.
דאס איז איין זייט פון די מטבע.

די צווייטע זייט פון די מטבע איז וויפיל דער ריפאבליקאנער האט באקומען אין אזא בלויע סטעיט. זייער א נאנטער אויסגאנג אין פארגלייך צו דער פארגאנגענהייט. וואס דאס האט למעשה אויך ווארשיינליך געקאסט פאר די דעמאקראטן פילע פארלוסטן פון זיצן אין אלבאני ביז זיצן אין וואשינגטאן עיר הבירה.
ישראל אשר בך אתפאר
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

ר' יום טוב האט געשריבן:
אונז ווארטן מיר רואיג אויף די עבסענטי בעלאט'ס און עפידעיוויד שטימען צו קענען אנהויבן פארגלייכן צו די אנדערע יארן. מיט אלע שטימען אפגעציילט גייט האוקעל'ס געווינס ווארשיינליך זיין אין רעינדזש פון 1'טע טוירם דעמאקראטישע מידטוירם געווינסן אין די ניו יארקער היסטאריע.
2010
אטעטשמענטס
22.PNG
22.PNG (9.46 KiB) געזען 2547 מאל
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע:אויפן טראוועי

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

מידער האט געשריבן:
ווי סראלי ברענגט ארויס.

גענוגל'ט!
נישט געקענט בעסער ארויסברענגען!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
שנעלער
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

צל עובר האט געשריבן:
שנעלער האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
שנעלער האט געשריבן:
א קומענדיגע קאנדידאט פאר NY17 וועט וויסען אז ער קען נישט קומען ווי מעלאוני און צו זאגן פאר פינקסאוויטש פון כתר ווילעדש אז ער גייט נישט שטיצן קיין געזעצן קעגן די תורה און דורך דעם געווינען, ער ברויך דאס איבערצייגן פארן המון עם דורך פאקטישע באווייזן.
יענע סיעט האט גארנישט צו דעם שמועס בכלל.
סהאט אזוי פיל מיט דעם אז טראץ וואס אלע פערמינאנטע עסקנים האבן אינדארסירט דעם דעמאקראט האט דער אלגעמיינער המון עם געשטורעמט צום רעפאבליקן
און דאס איז א תוצאה פון דעם וואס דער עולם האט היינט צו טאגס א אייגענע אבזערוואציע אויף פאליטיקאנטען און די דעמאקראטישער פארטיי וועט דאס ברויכן נעמען אין חשבון אויב זיי ווילן נאך אמאל באקומען זייערע וואוטס
די דעמאקראטן גייען נישט ווערן קיין רעפאבליקאנער צו באקומען די שטימען פון א קאמיוניטי וואס זענען טראמפ וויילער און זענען ארום 2% פון די סטעיט מאקסימום שבמאקסימום.

דאס איז זייער זייער זייער פשוט, אויב דו טראכסט אריין.

ממילא האט דער ציבור צוויי ברירות, שטימען פאר קאנדידאטן וואס שטייען מיט אונז ווען מיר מוזן זײ האבן, הגם זייער אגענדע אין דזשענערעל איז נישט וואס מיר ווילן.

אדער קענען מיר ווייטער ווערן מער און מער טייל פון די רעפאבליקאנער מינאריטעט אין די סטעיט.
די סיבה פארוואס אונזער היימישע יודן וואס זענען אלס געוועהן א סאליד דעמאקרטישע וואוט האבן האבן געשיפט צו רעפ. / טראמפ איז ווייל די דעמ. אידיאלאגיע האט געשיפט מוראדיג לינקס, כמיין אז זייער אסאך טראמפ שיטות זענען אין איינקלאנג מיט דעמאקראיטשע פאליסיס אין די פארגאנגענהייט
נאר די לעצטע צוועלף יאר (בערך) זענען זיי אינגאנצן צודרייט געווארן
איז אפשר וועט עס לכה"פ אויפטוהן אז זיי זאלן זיך כאפן ווי ווייט משוגע זיי זענען פארקראכן
אוועטאר
עמקות שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
לאקאציע:מאנסי נ.י.

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקות שלמה »

שנעלער, זייער אמת. די דעמאקראטן בכלליות שיפטן מער און מער לינק.

אבער אונזער עולם האט קיינמאל נישט געשטימט לויט די פארטיי (חוץ אפשר ביי פרעזידענט וואלן), נאר מ'האט אינדארסירט און געשטימט לויט וועלכע ספעציפישע קאנדידאט איז געווען גרייט ארויסצוגיין פון וועג פאר אונז. איינער אפן און איינער שטילערהייט.

אז מיר ווערן אנטי דעמאקראטן, זענען אונזערע וואוט'ס גארנישט ווערד אין אלבאני, און ס'ווערט א גרויסע צרה.
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון Yiddish 24
זייט גאווערנער האוקול האט געוואונען דעם פארמעסט איבער לי זעלדין האט זי וועטאאירט צענדליגער בילס

רעקארדס ווייזן אז פון נאך די וואלן האט זי וועטאאירט מער ווי 50 בילס, צווישן זיי בילס אויף וואס זי האט זיך צוריק געהאלטן פון נעמען א שטעלונג בעפאר די וואלן. קריטיקירער זאגן אז דאס ווייזט אז זי איז א שוואכלינג וועלכע איז נישט גרייט צו נעמען א שטעלונג, אין צייט וואס אנדערע זאגט אז מיט דעם וואס זי איז געווארן אריין געוועלט שפירט זי זיך געשטארקט און גרייט צו נעמען די פולע לייצעס, אנדערש ווי פריער ווען זי איז נישט געווען אריין געוועלט.
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4328
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: האוקול פאר גאווערנאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

די היימישע עסקנים היינט ביי די איינשווערונג
אטעטשמענטס
121240.jpeg
121240.jpeg (175.34 KiB) געזען 1158 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”