ס'נישטא קיין פלאץ מער, מ'דארף מאכן א נייע
נאר וואס יא?
האסטו צוויי ברירות: 1) אדער גייסטו און לייענסט דעם באשרייבונג צוריקצואוועגס (אבער דעמאלטס וועסטו סטאק ווערן ווען דו קומסט אן אהער...), 2) אדער לייענסטו אין א רייע, ווי א נארמאלער ערוואקסענער מענטש, און וועסט געוואויר ווערן בקרוב פון וואס איך רעד.
אקעי, ווייסטו וואס? איך רעד פון א....
נעה נעה נעה, נישט אזוי שנעל! טראנכקילא!
אקעי, די מעשה גיייט צוריק בערך 65 יאר. ס'האט זיך אנגעהויבן ווען א געוויסע משפחת ווייס וואס האט זיך געראטעוועט פון אוישוויץ, איז געקומען וואוינען קיין וויליאמסבורג. זיי האבן זיך באזעצט אין א קליינע דירה, זייענדיג א יונג פארפאלק אן קיין קינדער.
ווען זיי זענען מיט די יארן געהאלפן געווארן מיט קינדער, האט דאס הויז אנגעהויבן צו ווערן ענג. קודם האט מען אנגעהויבן צו לייגן זאכן דא און דארט, מ'האט זיך צוזאמגעשטופט, מ'האסט זיך ווי-נישט-ווי מסדר געווען, און אלעס איז געגאנגען כשורה. נאך אלעם האבן זיי זיך געפריידט אז זיי האבן איבערגעלעבט דעם קריג און זיי קענען אינאיינעם אויפשטעלן א פרישן דור, להכעיס פון דעם רשע צורר היהודים ימ"ש.
מיט די צייט האט דער ראש המשפחה - מיר וועלן אים רופן שמואל - אנגעהויבן צו זוכן א פאסיגע פרנסה. אינדערהיים איז ער געווען א טישלער, האט ער אנגעהויבן צו זוכן אזא סארט ארבעט, וואס מ'רופט אין אמעריקע "הענדימען" בלע"ז.
ער האט זיך איינגעקויפט די נויטיגע כלים, א האמער, אפאר נעגל, א צווענגל, שררויפן, א שרויפן-ציער, און נאך אזעלכע וויכטיגע כלים.
ער האט זיך אבער דערזען מיט א פראבלעם. געלט פאר א "טול-באקס" האט ער נישט געהאט, און ער האט נישט געהאט קיין פלאץ וואו צו האלטן זיינע כלים. ער איז ארומגעגאנגען אינעם גאנצן הויז, זוכנדיג א פאסיגע פלאץ. גראדע האט ער געטראפן דעם עלפטן ברעקל פון פאראיאר בדיקת חמץ... אבער א פלאץ צו האלטן זיינע כלים האט ער נישט געהאט.
זיין געטרייע אשת חיל האט אויך געהאלפן מיט'ן זוכן, ווען פלוצלינג געט זי א געשריי: שמואל, דא, איך האב א גוטע פלאץ!
שמואל קומט צו לויפן. ער זעהט ווי ס'אשת חיל זיינע שטייט ביי א לעדל אין קיך, און ווייזט אן אויפ'ן ליידיגן שטח דערינען. אינעם לעדל האבן זיי געהאלטן די עסצייג, אבער וויבאלד ס'איז נישט געווען צופיל דערפון, איז נאך געבליבן אביסל פלאץ דארט.
שמואל האט זיך געפריידט צום געוואלדיגן מציאה, און ער האט גלייך אהינגעלייגט אלע זיינע כלים.
דריי חדשים שפעטער. שמואל האט געקויפט אביסל שרייב-געצייג צו קענען האלטן חשבונות אויף די הוצאות הבית. מ'קען מיינען, מ'רעדט ס"ה פון א פעדער און א פעקל פאפירן.
איז וואו לייגט מען עס?
אה, מ'האט דאך שוין א לעדל וואו ס'איז נאך דא אביסל פלאץ, האט מען אהין אריינגעשטעלט די פרישע גאסט, ויהא מונח עד שיבוא ראש חודש.
א שטיק צייט שפעטער. ביי שמואל האט זיך צעבראכן א שענקל. די מלאכה פון פארריכטן קען ער טאקע, אבער קיין קלעב (גלו בלע"ז) האט ער נישט געהאט. איז וואס טוט מען ווען מ'האט נישט? טוט מען וואס די זיידעס האבן געטון: מ'גייט ארויס קויפן.
קומט ער אהיים מיט א פלעשל משוגענע קלעב (נישט קיין קרוב מיט משוגענע קועלע), און מיט זיינע צוויי געלונגענע הענט האט ער שנעל פארראכטן דעם שענקל.
אבער וואו לייגט מען דעם פלעשל קלעב?
וואס הייסט וואו? אינעם זעלבן לעדל. דערווייל איז נאך דא פלאץ, און דער לעדל איז א סבלן.
א יאר דערויף האט זייער בעריש'ל אנגעהויבן צו גיין אין חדר. אנפאנג יאר האט ער געטראגן אן "אלף בינה", און ער האט געלערנט פלייסיג און שטארק געשטיגן. נאך א שטיק צייט ווען מ'האט שוין געענדיגט דורכלערנען דעם ספר, האט בעריש'ל דאס אהיימגעברענגט, אינגאנצן צעריסן און צעקנייטשט. אידיש נחת.
איז וואו לייגט מען דאס?
וואס א שאלה? אין לעדל!
מיט די צייט האבן אין דעם לעדל זיך געטראפן דאס פלאץ: א סטעיפלער, א יו"ט ערליך קאסעטע, אן אויסגעבויגענע הענגער, אן איבריגע "פיוז", אביסל פרעצל געבאקן נאך פסח, און נאך 386 אייטעמס.
ביי די שכנים האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט דעם געדאנק פון האבן א כל-בו לעדל פאר יעדע זאך וואס האט נישט קיין באשטימטע פלאץ, און אלע האבן אנגעהויבן דאס נאכצומאכן. פארשטייט זיך אז דער קרעדיט איז געגאנגען צו משפחת ווייס, חכמת נשים בנתה ווייסע, וועלכע איז אויפגעקומען מיט דעם געניאלן המצאה.
פעסט-פארווערד 50 יאר. היינט האט יעדע אידישע משפחה אזא לעדל, ויקרא שמו בישראל "דזשאנק לעדל". ווער ס'האט נישט, זאל זיך ביטע גיין מגייר זיין און נאכדעם קומען קאמענטירן.
למעשה האט זיך מיין דזשאנק לעדל יעצט אנגעפילט. און וויאזוי זאגט נאר מאשקע אויפ'ן קעפל: "ס'נישטא קיין פלאץ מער, מ'דארף מאכן א נייע"...