-
ציטיר
- 0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך באקסער בוים
»
הערטס צו האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:
הערטס צו האט געשריבן:
גראדע אין טעמפא פלארידא איז שוין פארקויפט געווארן בערך 100 הייזער פאר אידן, און שוין דא בערך 20 גאנץ יעריגע תושבים, טאמער די האסט אדער איינער האט אפילו נאר 50 אינגעלייט וואס ווילן מופן אינאיינעם קענען עס דארט טין, איינמאל עס איז דא 50 משפחות , קענען זיי טרעפן א רב און די שטעטל איז רעדי סעט גא ,
נאר וואס דען ? דער עולם האלט נישט ביים סטראגעלען און האלטן נישט באמת ביים מופן , עס רעדט זיך גרינג
די הייזער אין טעמפא זענען אויסגעשטעלט ווייט ווייט פון א חסידישען לעבנסשטייגער און אויב גייען אין לעיק פראנט עסטעטס אויך זיין די מינע הייזער דעמאלט קענען זיי זיך צוזאם שטעלן מיט טעמפא וועלן זיי האבן 38 חסידישע משפחות
לעיק פראנט איז עס לכתחילה געבויט פאר אידן.
אבער עס קאסט א פרייז, לעיק פראנט גייט קאסטען מינומים דאבעל די פרייז וואס טעמפא קאסט יעצט, פאר די זעלבע סקווער פיס , פאר די וואס האלטן טאקע ביים מופן קיין פלארידע איז אשאד נישט דארט צו קויפן א גאנצע גרופע, איך קוק עס אן ווי א געלעגענהייט וואס מען פארשפילט ווי זשערסי סיטי למשל , שפאט ביליג,איז פארט שפאט ביליג , נישט אומזיסט האבן שוין איבער 75 מענטשן געקויפט אין טעמפא פאר אינוועסטמענט, אזאנע פרייזן קענסטו נישט ביעטען אין ערגעץ פאר ברענד ניו הייזער , אסאך קרית יואל'ע אינוועסטערס האבן דארט געקויפט,ווי למשל די D R Horton פראזשעקט אין Jackson לעבן לעיקוואד וואס ווערט פארקויפט פאר אידן דורך גוים פארקויפט זיך פאר באלד האלב פרייז וועגן גוים פארקויפן עס ( איך וועל נישט זיין שאקט אז צום סוף גייט עס imperial באקומען exclusive, זיי ארבעטען דערויף , און ארויפציען די פרייז פי כמה), אזוי ווייטער אנדערע פראזשעקטס, יא ביזט גערעכט אז סאיז נישט אזוי לוקסעריוז ווי א איד בויעט עס , למעשה מיין גאנצע נקודה פון מיין שטאנדפונקט איז דא פאר אידן צו האבן הייזער פאר ביליג,פארן עושר זארג איך מיך נישט, צו בויען א דעוועלעפמענט אין פלארידע פאר חסידים וואס גייט קאסטן בערך א מיליאן דאלאר א הויז איז נישט קיין סעלושען פאר אידן , די זעלבע אז מען בויעט הייזער אין לעיקוואד אדער אין מאנטיסעלא פאר א מיליאן א הויז איז נישט קיין אויפטי פאר די דורעכשניטליכער פארדינער אדער שוואכער
געטרייט צו זוכן די לעצטע פאר בלעטער און נישט געטראפן...וויפיל ס"פ זענען די דירות דארט? און וויפיל בערך זענען די פרייזן?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.