פטור ווערן פון עד דלא ידע נאכווייען
ניין כ'מיין נישט די אנגעבראכענע טיש בעקיטשע, כ'וועל עס טראגן אין קלינערס, אז כ'וועל נישט האבן קיין געדולד וועל איך רופן וואן סטאפ קלינערס און פטור אן עסק.
כ'מיין אויך נישט די קאפוויי אויף דעם האט שוין די גמרא א עצה, מ'בינדט זיך ארום דעם קאפ ביז שבועות און שוין.
מיין פראבלעם איז די שרעקליכע נאכ'טעם וואס בלייבט אין מויל און וויל נישט אוועקגיין פאר קיין פרייז, די זויערע טעם אין די האלז, די ביטערע טעם אויף די ליפן. די מאגן קרעמפן וואס מאכט הקפות ווי פארן שבירת הכלים, און די צינגל טאנצט מיט צום טאקט.
קען מיך איינער העלפן?
נאך א שאלה, איז דאס ביי יעדעם אזוי אדער בין א "ספעשל"? איז נארמאל אז מער ווי 15 שעה דערנאך זאל מען נאכנישט צוזיך קומען?
וועלכע וויין איך האב געטרינקען? אה, כהאב פראבירט זיכער צו מאכן אז סזאל האבן א פיינעם הכשר, כהאב נישט געוואלט אריינפאלן מיט קיין צווייפלהאפטיגע הכשרים, אבער נאך אפאר גלעזער איז עס שוין נישט געגאנגען, האב איך זיך סומך געווען אויפן כשרות פון די בעלי בתים פון די הייזער ווי איך בין געווען. אויך א פלאש וואס כהאב אביסל פריער געזען א גוטע הכשר האב איך געטרינקען כאטש כהאב עס שוין נישט געקענט טרעפן, ווייל כ'האב געמאכט א פשעטל אז זיכער איז יענע בעל מכשיר אנגעטרינקען ממילא טאר ער נישט פסקענען, ממילא קען ער נישט אראפנעמען יעצט קיין הכשר...
נישט דאס האט איר געמיינט? וואסערע סארטוויין כהאב געטרינקען? גלייבטס מיר איך האב נישט קיין השגה. ביי מיר פארנעמט וויין נישט קיין גרויסע מקום איך האב עס בכלל נישט אין שטוב (איך מאך קידוש אויף גרעיפ דזוס), נישט ווייל איך האב עפעס דערקעגן חלילה, בכלל נישט, פשוט סאיז מיר א איבריגע פראדוקט כטרינק סייווי נישט, איי פארוואס טאקע? נא כאדעך שוין געזאגט אז איך האב עס נישט אינדערהיים וויאזוי ווילסטע כזאל עס טרינקען? (ודוק היטב כי הוא עמוק מאד). נא שטייטצעך אליין אז כהאב זיך נישט גענומען די מיה אפצוליינען די אשכולות מיט די אינסטראקשנס וואס צו קוקן אויף וויין, כהאב גענומען מכל הבא לידי אן האבן א השגה וואס פונקטליך איך טרינק.
דער אמת געזאגט, כ'טרינק יעדעס יאר פורים, אבער כ'מאך זיכער צו עסן בשעתן טרינקען, אזוי ווירקט עס נישט קיין סאך כידוע, אבער היי יאר איז די ערשטע מאל וואס סאיז ארויס פון גרעניץ, און ממש כקען זיך נישט צוזאם קלויבן.
שוין, זיך אויסגערעדט, שוין אביסל בעסער...