פורים דיין 2 איינער האט מיך אמאל געפרעגט, אויב פורים פאלט פרייטאג וויזאוי קען העלפן א עירוב תבשילין אז מען זאל מעגן קאכן אויף שבת, די גמרא זאגט דאך אז די טעם פון עירוב תבשילין איז אז מען זאל געדענקן און האבן א סימן איבערצולאזן א גוטע פארציע אויף שבת, אבער פורים איז דאך א מצוה פון עד דלא ידע אז מען זאל נישט וויסן, איז וויאזוי וועט מען געדענקן.
נאר מען קען עס ענפערן מיט א משנה אין מכות וואס דאס איז די מקור פארוואס מען קלאפט ביי המן. די משנה זאגט אלו הן הלוקין- די זענען וואס מען קלאפט , אין די משנה רעכנט אויס גרושה וחלוצה, א חלוצה איז איינער וואס גייט אן שיך און מען האט אים אנגעשפיגען, און אין מגילה שטייט "והמן נדחף אל ביתו אבל וחפוי ראש, ער איז געווען א אבל, און א אבל גייט דאך אן שיך, און ער איז דאך געווען א אנגעשפיגענער פון די מיסט וואס מען האט געווארפן אויף אים איז ער דאך א חלוצה דארף מען אים קלאפן. אויך איז מרומז אין די משנה אלו הן הלוקין הבא "הבא" איז ראשי תיבות המן בן אגגי. און טאקע צוליב די משנה ברענגט די רמ"א אראפ אין הלכות מגילה ארז די מנהג פון די קינדער איז געווען אראפצושרייבן אויף זייערע שיך עמלק אדער המן און עס צוטרעטן.
לויט דעם איז שוין פארענטפערט וויאזוי מען קען מאכן עירוב תבשילין ווען פורים געפאלט פרייטאג, ווייל אין גמרא אלו מציאות ווערט געפסקענט אז סימן העשוי לידרס הוי סימן און פורים איז דאך עשוי לידרס ווייל מען צוטרעט המן , איז דאס א גוטע סימן און מען קען שוין מאכן עירוב תבשילין.
אבער אין אמת'ן האב איך געקלערט אז די גאנצע קשיא הייבט זיך נישט אן ווייל ס'שטיט אין ספרים א אינטרעסאנטע מקור פאר א פורים רב, ווייל המן האט דווקא אויסגעקליבן דעם טאג פורים אויסצוהרגענען אלע אידן ווייל דעמאלטס זענען אלע אידן שיכור זיי זענען מקיים עד דלא ידע וועט מען זיי קענען גרינג אויסהרגענען, אזויווי די שבטים האבן אויסגעהרגעט די שטאט שכם ווען זיי זענען געווען שוואך. אבער אין מגילה שטייט "ומרדכי ידע" מרדכי האט נישט מקיים געווען עד דלא ידע און בזכות אים איז מען ניצול געווארען. איז זכר צו דער נס, באשטימט מען יעדעס יאר א פורים רב וואס זאל נישט טרינקן און נישט מקיים זיין עד דלא ידע אז עס זאל זיין איינער וואס איז נישט שיכור און האט דאס קאפ אויפן פלאץ.
איז לויט דעם איז שוין פארענטפערט וויאזוי מען קען מאכן עירוב תבשילין, ווייל די גמרא זאגט דאך אין ביצה אז די רב מאכט א עירוב תבשילין פאר די גאנצע שטאט און אפילו פורים וואס די רב איז אויך שיכור עד דלא ידע אבער עס איז דאך דא דער פורים רב וואס לויט ווי פריער דערמאנט שיכור'ט נישט, און ער מאכט א עירוב תבשילין פאר די גאנצע שטאט.
הרב ...... שליט"א דיין 2 ברשות מרנן רבנן ורבתי, ברשות אונזער באליבטער צוקערדיגער רבי שליט''א השי''ת זאל איהם געבן נאך 150 יאר צו קענען פירן די הייליגע הנהגה מיט די טויזענטער און טויזענט טויזענטער חסידים פון איבער די גארער וועלט ביז משיח'ס טאג בקרוב ממש לא איש דברים אנכי, איך בין נישט קיין רעדנער נישט פון דעם גלגול און נישט פון פאריגען גלגל, נאר אזוי ווי די ראשי הקהילה האבן מיר שטארק געבעטן אלץ דיין אויפצוטרעטן דא מיט אפאר ווערטער האב איך פאר כבוד התורה נישט געקענט אפזאגן עס איז ממש א קידוש השם צו זעהן ווי די אלע אידן דא גרויס און קליין ברייט און שמאל פרייליך און אנגעזעצט זענען אלע געקוומען דא מיטהאלאן די הכתרה פון רעבין שליט''א און תורה'דיגע פאזציעס ווי למשל דער דיין שאפט, מענטשן מיינען אז א דיין און א גרינגע ארבייט, זיי מיינען אז א דיין ריפט מען צו פרעגן וויפיל אזייגער סאיז, צו סגייט שוין זיין א באס צו מתמידים, צו ממעג שוין אנפאנגן צו רעדן פון פורים און צו סגייט שוין זיין א באס אהיים פאר די נייע געגענד און צו מגייט שוין אנפאנגען געבן א געהעריגע פרישטאג אויזער טאנא און אייער א.א.וו..................................................................................אבער סאיז נישט אינגאנצן אזוי עס קומען טאקע אויך אן גרינגע שאלות למשל פאריגע וואך ריפט מיר אן א אינגערמאן היסטעריש ער זאגט אז ער איז ברעסלאווער און ער שטייט יעצט אויפן וויליאמסבורג ברידש און ער האט אפגעמאכט אז פון גרויס שמחה גייט ער אריין טאנצן און וואסער אבער היות עס איז שוין אט סוף זמן קריאת שמע וויל ער וויסן צו ער ער דארף נאך ליינען קריאת שמע צו וויבאלד ער האט שוין געטראכט פון טאנצן איז מחשבה טובה הקב''ה מצרפה למעשה ממילה לעבט ער שוין נישט יעצט ממילה דארף ער שוין נישט ליינען קר"ש, דווקא איינמאל איז יא געווען זייער א הארבע שאלה ווען צוויי אידן זענען פארזענדליך אריבער געקומען און בכובד ראש געפרעגט וואס איז דער דין אויב האט מען געטראפן ברוינע רויטע שטיקליך און די אייער שפייז צו זאג, צו זאג איך אז די אייער שפייז ווערט בוטל בששים פון די ברוינע שטיקליך און די גאנצע ברכה טוישט זיך, צו באומען די שטיקלעך א דין ווי די שטיקליך ברויט וואס מען לייגט ארויס פאר די פייגלעך ערב שבת שירה און די גאנצע ברכה ווערט פארפאלן צו זאג איך אז די ברוינע שטיקליך מאכט דאס פאר א געהעריגע מאכיל ווי למשל שלישקעס און מען ברויך דערויף מאכן א מזונות, איך האב דעמעלטס "נישט" געוויסט וואס צו ענטפערן, איך האב איבערגעדרייט מיין גאנצע ספרים שטוב פון אינטן ארויף איך און פעטש זענען געפלויגן פון רעטס און לינקס איך האב אפילו געוקיט און ספר דורש טוב אבער איך האב דארט אויך נישט געפינען א געהעריגע תירץ דערויף ביז איך האב באשלאסן צו פאסקענען אז וויבאלד עס איז אזא הארבע שאלה זאל מען דאס בשום אופן מער נישט מאכן און מען וועט זיך מיזען באגעניגען מיט פשטע אייער שפייז, די זעלבע סארט וואס אונזערע זיידעס האבן געגעסן און די אלטער היים,
איך דערמאנן מיך יעצט איך געדענק עס ממש ווי היינט איינמאל קומט מען מיר פרעגען אז היות מען מעג רייכענען און א תענית אויב אזוי צו מען מעג אויך טרינקען די גערייכערטע זופ פון קאך, האב איך גענטפערט אז לפי ענית דעתי טאר מען דיע זופ נישט טרינקען אפילו ווען עס איז נישט קיין פאסט טאג..און זיי האבן מיר שוין "איינמאל" פארשטאנען, על כל פנים מיר האפן אז יעדער וועט זיך פילן באקוועם און די נייע קהילה און מיר האפן אויך אויפצוטרעטן פון צייט צו צייט מיט שעורים ספעציעל און הלכות פורים און אין הלכות אכילה ווי אסאך זאכן דארפן א קלארקייט... זאל שער אייבערשטער העלפן אז מען זאל שוין בקרוב זוכה זיין צו טאנצן און זינגען די ריכטיגע ניגן פון יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המיח לעולם ועד בב"א