איך ווייס פערזענליך אזעלעכע האמאפעטעק דאקטוירים וואס האבן קלאר בלוטיגע הענט !! ד.ה. איך ווייס קלאר אז זיי האבן געוויסט אז זיי קענען נישט העלפן א פאציענט מיט קענסער. און זיי האבן יענעם ארום געשלעפט ווי א שמאטע און אויסגעסאקט טויזענטער דאלער! פון אן אומבאהאלפענע פארלוירענע מענטש וואס האט נעבעך געמיינט אז די ישועה וועט קומען דורך די חיות
א דאנק הרב קארל פאר אייערע רייכע ידיעת (נישט נאר דא, אין אנדערע אשכולת אויכעט).
אנדערשט ווי אנדערע דא, בין איך אליינס געוועהן פארגלייבט אין די סארט "אלטערנאטיווע מעדעצינען" - נישט מיין ווייב... אין איך האב באמת געגלייבט אז עס קען העלפען. לעצטענס האב איך אנגעהויבען קלערען אז סאיז מעגלעך א שווינדעל, אין ס'פאנגט זיך גארנישט אן, אין די ארטיקלען אין צייטשריפט האבען מיר געפענט די אויגען..
איצל פיצל, איך פארשטיי בכלל נישט וואס די פרעגסט, אין צייטשריפט איז דען נישט געשטאנען אז די אלטערנאטיווע טעריפיסטען רעדען איין די מענטשען אז דאס קען ממש היילען? סאיז נישט נאר א דייעגנאז, סאיז אויך א כלאמפערשטע "הייל מיטל"...
לויט מיינע באקאנטשאפטען אין די עינינים (היינט, נאכען אליין דורעכפאלען!) זענען די סארט רבנישע באהאנדלונגען געבויט אויף די וואס האלטען אז די זאכען ארבעטען בכלל - וואס איז נישט אמת! סאיז זינלאז צי רעדען צי עס איז אויסגעהאלטען עפ"י הלכה אין די צייט וואס די זאכען זענען פשוטע איינרעדענישען.....
רעיא מהימנא האט געשריבן:
די סעריע אין "די צייטונג" באווינדער איך יעדע וואך עקסטערע. סאיז מוראדיג שיין, ציזמענגענימען זייער זייער אסאך ידיעת, אין היסטאירשע פאקטען. דעי וואך האבן זיי איבער "רענדאם טעסטס", וויאזוי מ'מאכט סייענטיפיק טעסטס פאר מעדעצין וכדומה..
די וואך האט דער שרייבער געמאלדן אז די קומענדיגע וואך וועט זיך ענדיגן דער ערשטער קאפיטל וואס האט ארומגערעדט איבער דער היסטאריע פון מעדיצין און די וויסנשאפט און סברות ארום דעם. דערנאך וועט ער אנהויבן טיפער באהאנדלען ספעציפישע אלטערנאטיווע מעדיצינען.
פארוואס מיז מען אויסקלויבען די מענשטען פין די גרופעס דורעך א גורל אדער א סיסטעם וואס איז אן קיין חשבן. קען מען נישט למשל אליין צעטיילען אז אין אלע גרופעס זאלען זיין פינקט די זעלבע צאל קראנקע (פין יעדע מדריגה) אין די זעלבע צאל מענטשען וואס מאכען פינקט אזויפיהל געלט, אין די זעלבע צאל מענער אין פרויען.. וכו' ?
דער געדאנק פון "רענדאם" איז אז די גרופעס ווערן אויסגעקליבן אן קיין שום ידיעה פון פריער. דאס ערמעגליכט אז אפילו פאקטארן וועלכע זענען בכלל נישט באקאנט פאר די פארשער זאלן אויך איינגעטיילט ווערן יושר'דיג. זע דא: http://en.wikipedia.org/wiki/Randomness
אויב דו ווילסט גיין צו די חברה וואס טויגן, פארבינד דיך מיט מיר אין אישית, איך וויל דיר אבער קלאר זאגן, איך האב נישט קיין שום נגיעה אז דו זאלסט גיין, איך האב נאר א גוטן עקספיריענס מיט א דאקטער וואס האט שוין ארויסגעהאלפן ביי אונז אין די משפחה מיט פארשידענע זאכן, און לויט וויזוי איך האב געליינט אין די צייטשריפט, שטומט עס עפעס נישט.
סאו בין איך געקומען צו די החלטה אז די צייטשריפט רעדט פון געוויסע חברה וואס טויגן נישט, ווייל מיין דאקטער האט יא געטויגט.
די עולם האט דא געפערליך פארפירט וועגן האבן א סטרעפ און נישט גיין צום דאקטער, וויל איך קודם קלארשטעלן אז אני הקטן ווען איך האב א סטרעפ גיי ''נישט'' צום דאקטער.
די סיבה דערצו איז - און פון דעם קענט איר אפלערנען ביי אנדערע פעלער - וויבאלד די דאקטוירים קענען מיר נישט העלפן, איינגעזעהן האב איך עס אלס בחור אין ישיבה, ווען אלע בחורים זענען געזיצן אין ישיבה און געלערנט פלייסיג, האב איך ליידער נישט געקענט אויסהאלטן די קעלט פון די עיר קאנדישאן, אדער די טשעינדזש אוו די וועטער, איך האב אלס באקומען סטרעפ, פלעג איך לויפן צום לאקאלן דאקטער, און ער פלעגט מיר פארשרייבן אנטיביאטיק און איך האב עס איינגענומען און א וואך נאכן נעמען איז ער צוריק געווען, דאס הייסט אז מיין קערפער איז געווארן אימיאנט צו די מעדעצין, און ער איז געווארן א פריינט מיט אים און ער האט זיך גארנישט געשלאגן מיט אים.
עס איז איבריג ארויסצוברענגן וואס פארא סכנה עס איז צו זיין אימיונט צו אנטיביאטיק, וואס איז די שטערקסטע קעגנער פאר אלע סארט אינפעקציעס א.ד.ג., האבעך געזען אז קיין תכלית איז דאס נישט, נישט ווייל איך האלט דערפון, און נישט ווייל איך גלייב דערין, נאר ווייל איך האב געהאט צוויי ברירות אדער ארויסשניידן די מאנדלען אדער קודם פרובירן די אלטערנאטיווע מעגליכקייט.
האמער אנגעפאנגן צו זוכן א אנדערע סארט רפואה, בין איך קודם געגאנגען צו איינעם און יענער האט מיר פארשריבן א נאטירליכע מעדעצין וואס האט אנטהאלטן סתם יינם, און מיין דיין האט מיר עס מתיר געווען וויבאלד סטרעפ איז א סכנה, אויסער דעם האבעך געמעגט נאר עסן געוויסע עסן. תמצית פון יענע גאנצע פרשה איז געווען אז ער האט געהאלפן א רעטעך, איך ווייס נישט אפשר א רעטיך אויך נישט.
גראדע ווייס איך פון עטליכע אנדערע וואס ער האט ממש געראטעוועט, למשל ביי אונז און די משפחה איז א ניי געבוירן קינד געווארן זייער אויסגעשלאגן און די לאקאלע מעדיקל דאקטער האט נישט געקענט דערגיין די סיבה, איז ממש געראטעוועט געווארן פון איין באזוך ביי אים ווען ער האט געזאגט פאר די מאמע וואס נישט צועסן.
אבער לאמיר צוריקגיין צו די סטרעפ וואס דאס איז שוין א מער ערנסטע זאך, הכלל די צייט איז געלאפן און די פראבלעם איז נישט אוועקגעגאנגען בין איך אנגעקומען צו א באקאנטע קינזיאלאדזשיסט וואס האט מיר נאכן ארויסגעבן א גאנצע ארדער וואס צו עסן און צו נעמען פאר צוויי יאר, האב איך ארויסבאקומען פון איר א ספעציפישע האמאפאטישע טראפן וואס ווען איך באקום סטרעפ זאל איך דאס אייננעמען, נאך א שטיק צייט וואס איך האב געזען אז דער איז געווען די ריכטיגע שליח, האב איך געדראפט די אלע זייטיגע זאכן, און ווען איך באקום א סטרעפ נעם איך דאס, און עס גייט אוועק פון וואו ס'איז געקומען, און איך האב עס שוין געשיקט ווייטער אויך, פאר נאך אידן וואס האבן די ענליכע פראבלעם, און איך האב צוריקגעהערט אז ס'ארבעט פיין.
איי וועסטו פרעגן אז פאר שמעון ווייכברויט האט עס נישט געארבעט, די תי' איז אז די FDA קען נישט עפראוון א מעדעצין נאר אויב עס ארבעט ביי יעדן, אויב וועט עס נאר ארבעטן ביי 90 פראצענט טארן זיי עס נישט עפראוון (אויב איך בין נישט פונקטליך קענט איר מיר פארבעסערן) אבער די 90 פראצענט קענען געהעריג אויסגעהיילט ווערן דערפון.
די אונטערשטע שורה איז אז מען קען שווער דן זיין א מענטש וואס גייט צו זיי ווייל די ווייסט נישט פארוואס ער איז דארט, און ווייטער די קענסט נישט זאגן פאר א מענטש אז דיין איינרעדענישט האט דיך אויסגעהיילט וויבאלד פאר דיר האט עס נישט געהאלפן.
מיין צייט ערלויבט מיר נישט היצטער צו קאמענטירן ווי געשהעריג, ווייל הזמן יכלה וכו'. נאר איין הערה, [פון נאנטער ערפארונג] אסאך מענטשן קומען אן צו "אלטערנעטיוו", נאכן ארומלויפן צו דאקטורים און ספעציאליסטן און קענען נישט געפונען קיין רפואה צו יסודות'דיגע מחלות ה"י, און ביי ערליכע-ארנטליכע וועלכע טוען אין דעם געביט האבן זיי שוין געטראפן די ריכטיגע הילף. [צווישן זיי: צוקער, ראיית העין, נירן, יארן פון קאפ-וויי ועוד ועוד]. איך ווייס פון עטליכע רבי'ס ורבנים שליט"א וועלכע שיקן צו אזעלכע. נישט פארגעסן צו זיין גאר פארזיכטיג אין וואס מ'טוט, און נישט כאפן קיין רעקלאמעס, און אוודאי מתפלל זיין צום רופא חולים אן אויפהער.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח).אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י: סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך(דברי תורה - מונקאטש)
אין די לויפעדיגע סעריס איבער אלטערנאטיווע מעדעצין איז אין דעם"צייטשריפט" געוועהן אין די אישו פין פאריגע וואך איבעראירידיאלאדזשי. וואס מיינט אז מען קיקט אין די אויגען אין מען קען "אלעס" זען איבער אלעס וואט טיט זיך אין די גאנצע גוף פין דע מענשט.. זיי האבען געהאט א גאנצע ארטיקעל פין די קאנפעשאן פין א דאקטאר וואס האט אליין געטין אין דעם אין האט איינגעזען אז ס'לא דובים ולא יער.......
איןדי צייטונגהאבען זיי אנגעהויבען יעצט שרייבען איבעראקיאפאנטשער. ווי די שטייגער דארטן פאנגען זיי אן זייער אינטערסאנט מיט די היסטערי אין אלעס ארום.
איך בין זייער נייגעריג צו ליינען די סעריעס איבער אלטערנאטיווע מעדיצין פונעם "צייטשריפט" און "די צייטונג" וואס ווערן דערמאנט אין דעם אשכול. אפשר ווייסט עמיצער וויאזוי מען קען דאס באקומען?
די עולם האט דא געפערליך פארפירט וועגן האבן א סטרעפ און נישט גיין צום דאקטער, וויל איך קודם קלארשטעלן אז אני הקטן ווען איך האב א סטרעפ גיי ''נישט'' צום דאקטער.
די סיבה דערצו איז - און פון דעם קענט איר אפלערנען ביי אנדערע פעלער - וויבאלד די דאקטוירים קענען מיר נישט העלפן, איינגעזעהן האב איך עס אלס בחור אין ישיבה, ווען אלע בחורים זענען געזיצן אין ישיבה און געלערנט פלייסיג, האב איך ליידער נישט געקענט אויסהאלטן די קעלט פון די עיר קאנדישאן, אדער די טשעינדזש אוו די וועטער, איך האב אלס באקומען סטרעפ, פלעג איך לויפן צום לאקאלן דאקטער, און ער פלעגט מיר פארשרייבן אנטיביאטיק און איך האב עס איינגענומען און א וואך נאכן נעמען איז ער צוריק געווען, דאס הייסט אז מיין קערפער איז געווארן אימיאנט צו די מעדעצין, און ער איז געווארן א פריינט מיט אים און ער האט זיך גארנישט געשלאגן מיט אים.
עס איז איבריג ארויסצוברענגן וואס פארא סכנה עס איז צו זיין אימיונט צו אנטיביאטיק, וואס איז די שטערקסטע קעגנער פאר אלע סארט אינפעקציעס א.ד.ג., האבעך געזען אז קיין תכלית איז דאס נישט, נישט ווייל איך האלט דערפון, און נישט ווייל איך גלייב דערין, נאר ווייל איך האב געהאט צוויי ברירות אדער ארויסשניידן די מאנדלען אדער קודם פרובירן די אלטערנאטיווע מעגליכקייט.
האמער אנגעפאנגן צו זוכן א אנדערע סארט רפואה, בין איך קודם געגאנגען צו איינעם און יענער האט מיר פארשריבן א נאטירליכע מעדעצין וואס האט אנטהאלטן סתם יינם, און מיין דיין האט מיר עס מתיר געווען וויבאלד סטרעפ איז א סכנה, אויסער דעם האבעך געמעגט נאר עסן געוויסע עסן. תמצית פון יענע גאנצע פרשה איז געווען אז ער האט געהאלפן א רעטעך, איך ווייס נישט אפשר א רעטיך אויך נישט.
גראדע ווייס איך פון עטליכע אנדערע וואס ער האט ממש געראטעוועט, למשל ביי אונז און די משפחה איז א ניי געבוירן קינד געווארן זייער אויסגעשלאגן און די לאקאלע מעדיקל דאקטער האט נישט געקענט דערגיין די סיבה, איז ממש געראטעוועט געווארן פון איין באזוך ביי אים ווען ער האט געזאגט פאר די מאמע וואס נישט צועסן.
אבער לאמיר צוריקגיין צו די סטרעפ וואס דאס איז שוין א מער ערנסטע זאך, הכלל די צייט איז געלאפן און די פראבלעם איז נישט אוועקגעגאנגען בין איך אנגעקומען צו א באקאנטע קינזיאלאדזשיסט וואס האט מיר נאכן ארויסגעבן א גאנצע ארדער וואס צו עסן און צו נעמען פאר צוויי יאר, האב איך ארויסבאקומען פון איר א ספעציפישע האמאפאטישע טראפן וואס ווען איך באקום סטרעפ זאל איך דאס אייננעמען, נאך א שטיק צייט וואס איך האב געזען אז דער איז געווען די ריכטיגע שליח, האב איך געדראפט די אלע זייטיגע זאכן, און ווען איך באקום א סטרעפ נעם איך דאס, און עס גייט אוועק פון וואו ס'איז געקומען, און איך האב עס שוין געשיקט ווייטער אויך, פאר נאך אידן וואס האבן די ענליכע פראבלעם, און איך האב צוריקגעהערט אז ס'ארבעט פיין.
איי וועסטו פרעגן אז פאר שמעון ווייכברויט האט עס נישט געארבעט, די תי' איז אז די FDA קען נישט עפראוון א מעדעצין נאר אויב עס ארבעט ביי יעדן, אויב וועט עס נאר ארבעטן ביי 90 פראצענט טארן זיי עס נישט עפראוון (אויב איך בין נישט פונקטליך קענט איר מיר פארבעסערן) אבער די 90 פראצענט קענען געהעריג אויסגעהיילט ווערן דערפון.
די אונטערשטע שורה איז אז מען קען שווער דן זיין א מענטש וואס גייט צו זיי ווייל די ווייסט נישט פארוואס ער איז דארט, און ווייטער די קענסט נישט זאגן פאר א מענטש אז דיין איינרעדענישט האט דיך אויסגעהיילט וויבאלד פאר דיר האט עס נישט געהאלפן.
וואס אידע נאמען פון דעים מעדיצין?
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..