Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
ס'קלעבט דען עפעס דארט?
כ'מיין אז ס'דארף זיך שוין באלד ענדיגן, אין קרית יואל איז עס שוין אויווער.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
ס'קלעבט דען עפעס דארט?
פאלט גראדע א פעסטע שניי אבער ער האלט נישט ביים קלעבן..חידוש נפלא האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 14, 2023 3:40 pmס'קלעבט דען עפעס דארט?
כ'מיין אז ס'דארף זיך שוין באלד ענדיגן, אין קרית יואל איז עס שוין אויווער.
וויפיל איז יא געפאלן? (אויף די גראז וכדומה)בוק קיפפער האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 14, 2023 3:54 pmאון מאנסי איז א גאנצן טאג דא היפש א העווי שניי עס איז נאר נישט גענוג קאלט אויפן ערד עס זאל זיך אנקלעבן איבעראל ווי מיזט איט וויט 1 טו 3 דיגריס בערך אז אונז זאלן האבן א שניי פון א האלבע פיס אדער מער.
געזעהן געוויסע פלעצער אפאר אינטשעס נישט קיין סך אבער עס צולאזט זיך דאך עפעס אפי׳ עס האט יא געקלבט ווייל עס איז נישט גענוג קאלטחידוש נפלא האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 14, 2023 3:55 pmוויפיל איז יא געפאלן? (אויף די גראז וכדומה)בוק קיפפער האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 14, 2023 3:54 pmאון מאנסי איז א גאנצן טאג דא היפש א העווי שניי עס איז נאר נישט גענוג קאלט אויפן ערד עס זאל זיך אנקלעבן איבעראל ווי מיזט איט וויט 1 טו 3 דיגריס בערך אז אונז זאלן האבן א שניי פון א האלבע פיס אדער מער.
אקעי, למעשה בין איך געווען גערעכט וועגען די צייטען וואס עס וועט זיך איבערטוישען ממש פונקטליך , אויסער מאנסי ווי עס האט געטוישט א שעה צוויי פאר מיין אויסקוק. די סיטי האט געטוישט ארום 8 דאס איז אויך געווען אקיוראט.בוק קיפפער האט געשריבן: ↑ מאנטאג מארטש 13, 2023 7:48 pmWow די נעמסט גאטס צו זאגן אנדערש ווי כמעט אלע וועטער עפפס און אנדערע עקספערטן אריין גערעכענט אויף היימישע פלאטפארמעס.וועטערבאריכט האט געשריבן: ↑ מאנטאג מארטש 13, 2023 6:27 pmמאנטאג אווענט-פרשת ויקהל/פקודי
א גוטען אווענט,
א שטורם וואס טוט פארטימלען כמעט אלע וועטער באריכטערס און וועטער מאדעלס קומט צו גיין. די שווערסטע חלק זעהט אויס פון שפעט היינט נאכט מיט שווערע רעגן, שטארקע ווינטען און א טויש צו שווערע נאסע שניי וואס רוקט זיך פון די קעטסקילס און צענטרעל נאו יארק סטעיט און צו די סאוטאיסט, עס וועט טוישען צו שניי ארום 11-12 היינט נאכט אין מאנרא, 2-4 אזייגער אין מאנסי אבער דערנאך וועט זיך די ליין פון שניי רעגן זיך אפשטעלען. עס קען אנקומען אין שטאט ספעציעל די בראנקס, העכער מענהעטען, ארום 8-10 דינסטאג צופרי. אויב עס איז נאך דא וואס צו פאלען וועט זיך עס טוישען אויף שניי אין אלע 5 באראס ווי אויך לאנג איילענד.
לגבי שניי אמונטס בלייב איך מיט מיין פראדיקטשענס פון נעכטען-די קעטסקיל בערג קענען באקומען אזוי פול ווי א פוס און העכער, מאנרא 6-12 אינטשעס, מאנסי 4-8. אין די שטאט איז נאך זייער אומקלאר אבער עס קען זיין ווייסע רעגן -שניי וואס קלעבט זיך נישט, דאס זעהט צו בלייבען אזוי. אבער עס איז דא א קליינע טשענס אז אונז אין די שטאט באקומען א סערפרייז 3-6 אינטשעס אויב דער חלקים פון די שטורם דעוועלאפט זיך אין די ריכטיגע פלאץ. סיי ווי סיי ביי מיטוואך ווערט זוניג און קאלט מיט מילדע וועטער פון דאנערשטאג ביז שבת. זונטאג און מאנטאג ווערט קיהלער און זוניג.
איך האב הנאה פון דעם אז די זאגסט וואס די האלטס און בויעסט עס מן הסתם אויף עפעס און מיר וועלן דארפן אויס ווארטן צו זעהן וואס וועט זיך למעשה אויסלאזן.
איך בין סתם נייגעריג אויף וואס בויעסטו אז די גיבסט אזוי סאך פאר קרית יואל און מאנסי בפרט (און די מעגליעכקייט אויף די סיטי)??
זיי אביסל מסביר עס איז מיר און אנדערע אינטערעסאנט.
יישר כח פאר דיין ארבעט.
עפן א נייער אשכול, מ'דארף נישט פרעגן קיין רשות פארדעם...וועטערבאריכט האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 14, 2023 5:05 pmאיך וויל באמת בעטען די וואס זענען אחריות אויפן אשכול, אפשר קען מען איינפירען א עקסטרע אשכול פאר בילדער, אבסערוויעשענס, מעפס.
עס איז זייער שווער צו טרעפען די געהעריגע באריכט, אויב איינער וויל קען ער אריינשיקען א באריכט . למשל ק.נ.א וועטער פלעגט שרייבען הערליך אבער דאס יאהר האט ער נישט געשריבען. איך האב צוויי טשענעלס אויף וואטס-אפפ און איינס אויף טעלעגראם ( לינקס אין מיין חתימה). איך שיק געהעריג און מיט חשק צו איי-וועלט ווי עס איז דא אסאך לייענערס און פארוואס זאל איך נישט מהנה זיין דער עולם וואס האט ליב די טעגליכע הקדמה און פשוטע וועטער באריכט. איך האב בערך 1,200 מעמבערס אויף מיינע וואטס-אפפס און טעלעגראם אבער דא ליינט דער עולם זייער אסאך. אויב עס ווערט אריינגעמישט אין א קוגעל לוינט זיך נישט זיך צו מיטשען אין ארויפלייגען עקסטרע אויף איי-וועלט.
יישר כח פאר אייער פארשטענדערניש.
-וועטערבאריכט
איך האב נישט געשריבען אין רויט נאר מיט דער פונקט וועגען די צימישעניש.דניאל אויערבאך האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 14, 2023 5:26 pmאיך אפרישיעט אייער ארבעט. בעיקר די באשרייבונג פאר די סקרינשאטס (די סקרינשטאטס וואס זענען געווענליך גאנץ ענליך צו די אנדערע סייטס).
איך וואלט נאר געבעטן נישט צו שרייבן מיט אזעלכע ריזיגע אותיות, און אפשר אויך נישט מיט רויט.
קנ"א פלעגט שרייבן געהעריגע אותיות און בלוי, אפשר נעם דיר אן אנדער (בא'טעמ'טע - נישט שרעקעדיג רויט) קאליר און שרייב אזוי.
מיינונג פון איין מאן.
אומר ועושה, איך ארויפגעלייגט די נייע אווענטליכע באריכט אויף די אשכול וועטער באריכט.וועטערבאריכט האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 14, 2023 6:06 pmאיהר זענט גערעכט פון היינט אווענט אהן וועל איך ארויפלייגען מיינע אווענטליכע באריכטען אויף דער אשכול.
viewtopic.php?t=61221
איך האב אויך געזעהן פון יקיר ביגלאייזן שרעקעדיגע בילדער און ווידיאויס וואס ער האט ארויסגעלייגט פון היימישע וואס האבן געהאט ערנסטע עקסידענטן גרויסע דעמעדזש און אויך לכאורה אפאר טאטעל לאססעסבוק קיפפער האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 14, 2023 7:56 pmדי ווילדע ווינטן ברענגן אראפ די טעמפוטשער שטארק און די נאסע ערד ווערט פארפרוירן עס קיין זיין א סכנה׳דיגע גליטש פאר שווארצע אייז
און מאנסי איז יעצט אריין געקומען א קאל צו די פייער די פארטמענט פאר אן עקסטרקעישאן אזוי אויך איז שוין געפלויגן און חלקים פון די קאונטי עלעקטריק ווייערס און ביימער
USE CAUTIONALL OVER
קענסט אריינזומען דיין בראוזער.וועטערבאריכט האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 14, 2023 6:01 pmגעווענטליך שרייב איך מיט גרעסערע שווארצע אותיות , איך קען נישט לייענען די קלענערע אותיות.
Without a name האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 14, 2023 11:26 pmפלאן איך מארגן ארויסצופארן צו די קעטסקילס וואס איז די מעשה מיט די ראודס דארט קען מען פארן נארמאל דארט?