אייוועלט טרענסלעישן אנקעטע #2 Preview

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

ביטע ליינען פארן וועלן. וויאזוי זאל מען איבערטייטשן די ווארט Preview?

פריוויו
49
24%
פריוויא
127
62%
אויסקוק פון פאראויס
28
14%
סך הכל שטימען: 204

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אייוועלט טרענסלעישן אנקעטע #2 Preview

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:
פריוויו קען זיך ליינען מיט א געהעריגע מלאפים

אין ענגלישע ווערטער וואס האבן א חיריק קלאנג, וועט מען כמובן קיינמאל נישט נוצן קיין מלאפום.
אויך ווען ס'איז א חיריק י? וויאזוי וואלסטו געשריבן מיט א חיריק? פריוויי? ליינט זיך ווי א צירי ו...
פריוויאי
קודם כל, דאס ניצן אן א במקום י איז נישט דווקא ריכטיג.
אבער נניח אז יא.
וואס טוט זיך אויב דער ו האט נישט קיין חיריק נאר דער י האט, כזה פּרִיווְיִ וויאזוי וואלסטו דאס געשריבן אויב נישט פריוויו?
הקיצור, מיין פוינט איז אז א ו קען מיינען א מלאופים (כחיריק) פינקט ווי אן א קען מיינען א פתח.
דער אל"ף איז נישט במקום דעם יו"ד, נאר אלס הפסק. פונקט ווי מען שרייבט 'וו א ו' און 'צו א ווארפן'. צווישן דריי וא"ו'ס איז די כלל אזוי לגבי צוויי יודי"ן.

און דאס איז פארוואס מען שרייבט 'איד' און נישט 'ייד'. [און אויך נישט 'יוד'].
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4350
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: אייוועלט טרענסלעישן אנקעטע #2 Preview

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

קאררעקט איז יא צו שרייבן 'יוד'.
מ'שרייבט 'איד' וויבאלד דאס איז באקוועמער פארן אויג.
ומשם ראי' פאר 'פריוויא'.

און אגב, האסט מיך נישט פארענטפערט מיין צווייטע האלב תגובה.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אייזיג
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 4:05 pm

Re: אייוועלט טרענסלעישן אנקעטע #2 Preview

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייזיג »

פלעין טייטש:
Pre = בעפאר
View = זעהן

בעפאר-זעהן
בעפאר-קוק
פארבליק, פארקוק
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אייוועלט טרענסלעישן אנקעטע #2 Preview

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:
קאררעקט איז יא צו שרייבן 'יוד'.
מ'שרייבט 'איד' וויבאלד דאס איז באקוועמער פארן אויג.
ומשם ראי' פאר 'פריוויא'.

און אגב, האסט מיך נישט פארענטפערט מיין צווייטע האלב תגובה.
קודם כל, די כללים פון א שפראך זענען נישט דוקא געבויעט לויטן באקוועמליכקייט פונעם אויג. [די אפשאנס פון א סייט מעגליך יא, איך רעד שפראך אין זשענעראל].

יעצט לגבי וא"ו, דער ארגינאלער מלאופו"ם קלאנג איז ווי די ליטווישע זאגן עס, ענליך צו אונזער 'אָ'. און לויט זייער הברה איז נישט אזוי קאמפליצירט די כללים ווען מען זאגט וואס, ווייל יעדער פארשטייט אליינס אז ווען עס איז דא א 'שמוץ' אויפן רעקל, איז עס 'שמיציג'. פונקט ווי דו פארשטייסט אז אסאך פון הויז איז הייזער.

און די אלע כללים זענען וויאזוי עס איז אין דייטש, וואס דארט זענען אויך דא די זעלבע שינוים.

אבער למעשה אין געוויסע דיאלעקטן זאגט מען יא א מלאופים פונקט ווי דער חירוק, און דאס ברענגט די צעמישענישן, ווייל די גאנצע נפק"מ איז נאר אין שריפט - וואס בלייבט ווייטער די זעלבע ווי מען שריבט אין דייטש, און נישט ביים רעדן - וואו אלעס איז אייניג.

אצינד נחזור לענינינו, ווען מען טייטשט איבער אן ענגליש ווארט, גייט מען עס ווייטער טון לויט די אנגענומענע כללים, און דאס איז פאר חירוק א יו"ד, און פאר'ן U סאונד א וא"ו.

ווען דו גייסט לייגן אויף א חירוק א וא"ו, גייט עס דער ליטוואק אדער ירושלמי נישט קענען אויסליינען, ווייל דאס איז נישט ריכטיג געשריבן.

מקוצר, ווען מען וויל שרייבן א ווארט וואס האט א חירוק גייט מען קיינמאל נישט שרייבן א וא"ו דערויף. [טראץ וואס עס זענען דא מענטשן וואס ליינען אויס א חירוק און מלאופים די זעלבע].
משא"כ אן אל"ף וואס ווערט באנוצט סיי אלס קמץ און סיי אלס פתח.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4350
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: אייוועלט טרענסלעישן אנקעטע #2 Preview

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

איך בין נישט מחולק.
קארעקט איז טאקע פריוויו, (זעה מיין ערשטע תגובה דא).
אבער למעשה מאכט מען זיך באקוועם פארן אויג.
למשל טאקע 'יוד' קומט עכט ארגינעל פון דייטש מיט א קמץ'דיגער מלאופים, דאך שרייבט מען 'איד' וויבאלד למעשה זאגט מענעס מיט א חיריק, און ס'לייענט זיך געשמאקער אזוי.
און פאקטיש ביי רוב לייענער דא, איז א ו מער מאל א חיריק ווי א קמץ, במילא איזעס גארנישט ווייניגער צימישנד ווי אן א צווישן קמץ און פתח.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13910
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט טרענסלעישן אנקעטע #2 Preview

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

פמ"א
פריוויאו (פרי-ווי-או)
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: אייוועלט טרענסלעישן אנקעטע #2 Preview

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

פריוויו.

אפילו ס'איז אפשר טאקע נישט אזוי באקוועם אויפן אויג, אבער פריוויא איז אויך נישט באקוועם אויפן אויג, ס'ליינט זיך מיר "פריוויָ-"
אקעי, כ'ווייס נישט צו מ'מעג עס ארויסשרייבן, אביר אזוי ווי מיט א הּ צום סוף
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8730
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: אייוועלט טרענסלעישן אנקעטע #2 Preview

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

איך זעה נישט וואס ס'איז שלעכט עס צו לאזן אויף ענגליש - Preview
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אייוועלט טרענסלעישן אנקעטע #2 Preview

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

עס מאכט מיר עפעס אזוי נערוועז דעם "פריוויא"...

ס'קומט "פריוויו" און שוין.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: אייוועלט טרענסלעישן אנקעטע #2 Preview

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

רט. וואס איז דאס פריוויאַ פאר א גוט יאר?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5865
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אייוועלט טרענסלעישן אנקעטע #2 Preview

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 6:00 pm
עס מאכט מיר עפעס אזוי נערוועז דעם "פריוויא"...

ס'קומט "פריוויו" און שוין.
ליסטע, איך האב געזאגט מען זאל עס טוישן צו פארבליק, בעפארבליק אדער ענליכס. למעשה איז מען געווען מער פראגמאטיש ווי אידיעליסטיש, מער פראקטיש ווי אינטעלעקטואל און באשלאסן צו טייפן preview אין אידיש.

אז מ'איז סיי ווי געווען אין די גיסטע זיך צו ענדערש רעכענען מיטן אלגעמיינע ציבור ווי איידער די שפראך ליבהאבער האט מען עס געטוהן בשלימות און עס געשריבן מיט אלף וואס מאכט דאס גרינגער פאר ס'רוב.

נישט קיין ספק אז רוב מענטשן וואלטן זיך געפלאגט מיט 'פריוויו'
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט טרענסלעישן אנקעטע #2 Preview

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

געפלאגט? דאנט טינק סאו
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1541
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: אייוועלט טרענסלעישן אנקעטע #2 Preview

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

פריוויו קוקט אויס ענדערש ווי פרובירן און אויסגעגאסן איבריגע טינט נאכדעים.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אייוועלט טרענסלעישן אנקעטע #2 Preview

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 6:00 pm
עס מאכט מיר עפעס אזוי נערוועז דעם "פריוויא"...

ס'קומט "פריוויו" און שוין.
גם אני מצטרף, אבער ס'זעט נישט אויס ווי מיר געווינען. אפשר וואלטן מיר געדארפט גיין צו דער אסיפה? אפשר וואלט מען דארט געקענט אויפטון מער?
אבער באמת איז "פארבליק" בעסער, נאר מ'האט בכלל נישט ארויסגעלייגט דער אפציע. אונז זעמיר עפעס איינגערעדט אז יעדע ווארט דארף ווערן transliterated פון ענגליש, אנשטאט translated.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”