איך ווארט די טאג זאל קומען ווען נישט יעדע שמויגער זאל מיזען למען השם מאכן א ״באלעבאטישע חתונה״
עס קען צומאל אדורך גיין ביי מיין מנין שחרית צען אדער אפילו צוואנציג אידן פאר הכנסת כלה, פון בחורים און אינגעלייט ביז אכציג יעריגע, און דאס איז רובו ככולו אידן פון דאהי.
זאג דו מיר אויב אונז זענען נישט באנקראט
ליהווי ידוע אז גיין נאך געלט פאר א שיינע רוב כלל ישראל איז א מציאת, על אף מזאל חתונה מאכן פשוט אן קיין לוקסעס און אט די מצוה פון הכנסת כלה דערהאלט אונז דא אין גלות, ווי צדיקים האבן געזאגט אז אמאל איז געווען תורה און שפעטעטר עבודה און היינט האלט זיך די וועלט אויף גמילות חסדים, יא דאס אונזער קיום אויף דעם שטייען מיר , נאר, יעדע יחיד פאר זיך דארף טוען און זעהן אז ער זאל נישט צוקומען צו מענטשן, היינט קאסט חתונה מאכן ארום 70 אלפים ווי די דרייסט עס פשוט און פלעין, כבין עס שוין דורך ב"ה ביליג ארום 65 טויזענט, געבארגט און געדרייט און אביסל גענומען, און גאר א גרויסער חלק כלל ישראל האט נישט די איבירגע 65 אלפים א יאר - און אויך נישט א עקסטערע 10 אלפים א יאר...
איך האב נישט קיין פראבלעים צו געבען ווען א איד בעט, און איך גיב טאקע עד שידי מגעת
איז אבער נישט קיין בושה אז אזוי פיל אידן דארפן אהנקומען צו אנדערע, וואלט נישט בעסער געווען כאטש אביסל ארפאצוברענגען די סטאנדארט?
זייט נישט בזארגט, מיר וועלן נאך היפש קענען מקיים זיין די מצווה פון הכנסת כלה
א ריזיגן ישר כח נאכאמאל פאר די ספרעדשיט, ימים טובים צייט האב איך נישט געהאט עקסטער צייט איבערצוגיין און קמפערן, איך דארף איבערגיין מיינע ארויס נעמען וואס איז פריוואט וכדו' און אויך לייגן, ס'איז א געוואלדיגע חסד נאר איין קאמענט קודם, די עצם פאקט אז די מיט דיין משפחה זענען מסודר מיט די זאכן איז שוין א ריזיגע ריזיגע סעיווינג, פון ארום צוואנציג דרייסיג פראצענט, אזוי איז עס, סדר ברענגט סעיווינג און דאס איז די נאטור וטבע העולם והדברים. דאס אליין גיבט דיר א עקסטערע צוואנציג אלפים ביי חתונה מאכן מרישא לסיפא, און ס'פארענטפערט א גרויס חלק פון די קשיא פארוואס אנדערע קומען אויס טייערער.
מאך איך יעצט חתונה, און כ'האב חתונה געמאכט פאריאר אין אזא צייט אויכעט בערך... אללללעעעסס איז ארויף משוגע, כ'ציטער צו שרייבן נומערן... צו פארמיידן הארץ-ווייטאג, האב איך באשלאסן נישט צו מאכן א טאטעל סך הכל..., ווייל ס'וועט מיר נישט קיין סך העלפן [יא יא, עצות פון יונגע שנוקעס האב איך שוין געהערט און געזען גענוג, גאר ווייניג דערפון זענען דורכפירבאר למעשה, מחמת סיבות שונות שאינם ידועים אלא לבעלי נסיון.....]
1. וועלכע שטאט רעדט מען דא? פארגלייך נישט איינער וואס האט פלאץ פאר אן אויפרוף אין שטוב, צו איינער וואס וואוינט במקום שאין מקום מפני שאינו מקום לגור בו כלל. פאר דעם אליין קאסט עס נאך 3/4/5/6 אלפים.
וויליאמסבורג, געגעסן די סעודות אינדערהיים ווי מיינע עלטערן האבן געטוהן.
פארווייטאגט האט געשריבן:
2. וויפיל קינדער האט איהר נאך אין שטוב וואס האבן געדארפט נייע זאקען פאר די חתונה? שטייט נאר 500 פאר שיך, וועמען מיינט מען דא? אויב האט איהר אפאר טעכטער, קען עס אליין קאסטן אפאר אלפים מער. וכמו"כ ווען איהר האט א שנה ראשונה פאר פאלק, אדער בדומה לו.
9 קינדער איך האב נישט גערעכנט בעיסיק שיך, העמדער, בעקיטשעס וואס מען קויפט עניוועי יעדע האלבע יאר.
פארווייטאגט האט געשריבן:
3. קוקינדיג אויפן רשימה, זעה איך עטליכע זאכן וואס איך האב באצאלט ווען איך האב חתונה געמאכט ביליג, וואס שטייט נישט אויפן רשימה דא. ועוד
למשל? עניוועי איך בעט מחילה פונעם עולם, פון די קשיות זעט אויס אז איך האב געמאכט א ארימע חתונה אין כמעט די טייערסטע זאל אין וויליאמסבורג מיט איינער פון די פאפולערסטע זינגערס אויסשטאפירט ביי זינגער קלאדינג געקויפט פוניטשור מיט א איטאליענע זיגל ביי שטערנס געמאכט א אויפריף מיט הערינג קיגלען מיט טייערע בראנפן מיט א פענסי מילכיגע פרויען קידוש מיט א פארטי פלענער אויפגענייט קאסטום מעטשינג גאונס פאר די מיידלעך געקויפט שיינע שטריימלעך מיט שווייצער דזשולערי (נישט נאר די מאוומענט) וכו וכו, איי געס א בעל בתישער חתונה קאסט יא 150 טויזענט דאלער. אדרבה קען איינער ארויפלייגן זיין ספרעדשיעט?