יידישע קהילות האט געשריבן: עס איז נישט קיין קינדער שפיל.
זייט נישט פון די צועקים ואינם נענים!!
גיין אין מקווה - אויב איר זענט איבער 60 אדער ליידט פון א מחלה (ווצב"ש, הארץ, לונגען, צוקער, אימיונו-סארפרעסד וכדומה) זאלט איר בשום אופן נישט גיין אין מקווה. פארלאזט זיך נישט אויף א שויער פאר און נאך די מקווה.
לעת הצורך איז תשעה קבין גענוג.
מנהג כלל ישראל פאר הונדערטע יאר איז געווען צו גיין אין מקווה בלויז ערב יו"כ.
מאכט נישט פון א הידור, עפעס וואס וועט מסכן זיין ח"ו אייער לעבן און די לעבן פון אייערע נאנטע!
תפלה בציבור -אויב איר זענט איבער 60 אדער ליידט פון א מחלה (ווצב"ש, הארץ, לונגען, צוקער, אימיונו-סארפרעסד וכדומה) איז כדאי און ראטזאם זיך מונע זיין פון זיך דרייען צווישן א קבוצה מענטשן.
אויב האט איר א קליינע בהמ"ד. אויסג'שפרייטע זיץ-פלעצער. אפענע פענסטער דאן אולי קענט איר דאווענען דארט.
אם שלש אלה לא יעשה לה, דאן זענט איר מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ונשמרתם מאד לנפשותיכם מיטן דאווענען ביחידות אינדערהיים.
עיין בשו"ע דער דין פון יתפלל בשעה שהציבור מתפללים. ווייסט ווען אייער בהמ"ד שטעלט זיך שמונה עשרה און דאווענט מיט באותה שעה!
30 שעה נאך דעם פתיחת האשכול, שטעלט זיך ארויס אז די הוראות פון 'יידישע קהילות' האבן גאר שטארק אונטערגעשאצט די - סכנה, און די - אויסערארדנטליכע מיטלען וואס מען דארף אננעמען עס צו פרובירן צו אפשוואכן אביסעלע.