איבער 60? גייט נישט אין מקווה און דאווענט ביחידות

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

יידישע קהילות האט געשריבן: עס איז נישט קיין קינדער שפיל.
זייט נישט פון די צועקים ואינם נענים!!
גיין אין מקווה - אויב איר זענט איבער 60 אדער ליידט פון א מחלה (ווצב"ש, הארץ, לונגען, צוקער, אימיונו-סארפרעסד וכדומה) זאלט איר בשום אופן נישט גיין אין מקווה. פארלאזט זיך נישט אויף א שויער פאר און נאך די מקווה.
לעת הצורך איז תשעה קבין גענוג.
מנהג כלל ישראל פאר הונדערטע יאר איז געווען צו גיין אין מקווה בלויז ערב יו"כ.
מאכט נישט פון א הידור, עפעס וואס וועט מסכן זיין ח"ו אייער לעבן און די לעבן פון אייערע נאנטע!

תפלה בציבור -אויב איר זענט איבער 60 אדער ליידט פון א מחלה (ווצב"ש, הארץ, לונגען, צוקער, אימיונו-סארפרעסד וכדומה) איז כדאי און ראטזאם זיך מונע זיין פון זיך דרייען צווישן א קבוצה מענטשן.
אויב האט איר א קליינע בהמ"ד. אויסג'שפרייטע זיץ-פלעצער. אפענע פענסטער דאן אולי קענט איר דאווענען דארט.
אם שלש אלה לא יעשה לה, דאן זענט איר מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ונשמרתם מאד לנפשותיכם מיטן דאווענען ביחידות אינדערהיים.
עיין בשו"ע דער דין פון יתפלל בשעה שהציבור מתפללים. ווייסט ווען אייער בהמ"ד שטעלט זיך שמונה עשרה און דאווענט מיט באותה שעה!


30 שעה נאך דעם פתיחת האשכול, שטעלט זיך ארויס אז די הוראות פון 'יידישע קהילות' האבן גאר שטארק אונטערגעשאצט די - סכנה, און די - אויסערארדנטליכע מיטלען וואס מען דארף אננעמען עס צו פרובירן צו אפשוואכן אביסעלע.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע:אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

כל מקדש האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן: איך האב געפרעגט איינע פון די גדולי הדור, און מורה הפאר אסאך דיינים, וואס טוט זיך מיט גיין אין מקוה העכער די 60?
און ער האט מיר גע'ענטערפט ח"ו אויסצולאזן א מקוה.

כאטש ער נעמט א שטרענגערע מהלך, פון פארשידענע אנדערע דיינים, לגבי אנדערע הלכה שאלות וואו עס איז נוגע

אדער איז ער נישט קיין גדול
אדער איז ער פשוט נישט באקאנאט מיט די טריקנע פאקטן וואס דא גייט פאר


א גדול הדור? א נאמען ?
Liberalism is a mental disorder
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע:Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

סאדאם חוסעין האט געשריבן: איך האב געפרעגט איינע פון די גדולי הדור, און מורה הפאר אסאך דיינים, וואס טוט זיך מיט גיין אין מקוה העכער די 60?
און ער האט מיר גע'ענטערפט ח"ו אויסצולאזן א מקוה.

כאטש ער נעמט א שטרענגערע מהלך, פון פארשידענע אנדערע דיינים, לגבי אנדערע הלכה שאלות וואו עס איז נוגע

וואס פסקנ'ט דער דיין יעצט?
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

סאדאם חוסעין האט געשריבן: די רבנים זענען נישט באקאנט, די אייוועלט שרייבער זיי זענען באקאנט,
די רבנים ואס איך רעדט האבן שוין פארברענגט צעהנליגע שעות מיט די דאקטורים, זיי זענען כסדר אינקאנטעקט, מיט לויערס, דאקטורים, חברה הצלה, און סתם עמך אידען וואס קאלן בעטן א ברכה ווייל זיי האבן געטעסט פאזעטיוו,

אבער ניין די אייוועלט לצים זענען באקאנט און מען דארף זיי אריינגיין זאגן,

ענטפער מיר די פיר שאלות וואס איך מיין אז יעדע רב בישראל קען עס ענטערפן, און לאמיר זעהן ווער עס איז מער באקאנט!
וואס איז ערגער דאווענען מיט מנין אדער גיין אין מקוה?
ווען מען וואשט די פלאהר מיט קאלארין וויפיל שעה נעמט ביז די בוקטעריס קענען ווייטער אנהייבן צו לעבן?
וואו איז דא מער טשענסעס צו ווערן אנגעשטעקט ווען מען גייט אין מקוה, אדער די הענטל פון די גאס טיר אין ביהמ"ד? בשעתן גיין אין מקוה?
איז בעסער א הייסע מקוה אדער א קאלטע?

זאגסטו אז א דיין האט געפסקנט אז מקוה (מרבה בטהרה נישט פון טבילת עזרא) איז וויכטיגער ווי תפילה בציבור?
איך גלייב שווער אדרבה זאג א נאמען, אישי איז אויך גוט
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

האיש האט געשריבן: https://www.cdc.gov/coronavirus/2019-ncov/php/water.html

Can the COVID-19 virus spread through pools and hot tubs?
There is no evidence that COVID-19 can be spread to humans through the use of pools and hot tubs. Proper operation, maintenance, and disinfection (e.g., with chlorine and bromine) of pools and hot tubs should remove or inactivate the virus that causes COVID-19.

די CDC רעדט נאר פון די קאראנע וויירוס אבער די פחד ובהלה וויירוס גייט יא אריבער, אפילו ווייערלעס
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

Snip-it_1584492636549.jpg
Snip-it_1584492636549.jpg (561.17 KiB) געזען 2855 מאל
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: איבער 60? גייט נישט אין מקווה און דאווענט ביחידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

unnamed.png
unnamed.png (662.72 KiB) געזען 2684 מאל
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

הגה״צ אב״ד סאטמאר וומסב״ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

Capture.PNG
Capture.PNG (114.47 KiB) געזען 2627 מאל
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8990
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: איבער 60? גייט נישט אין מקווה און דאווענט ביחידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

ווי אזוי זאגט מען אין אינגעריש
די ביסט שוין אן עלטערע איד בלייב אינדערהיים!!!

די פון למעלה מששים פארשטייען קיין אידיש!!!

היינט אין מיין מנין מצומצם זענען געוועזן צוויי-דריי העכער די זעכציג!
איינער האט געזאגט קדיש איך האב גע'ישב'ט צו מ'מעג ענטפערן אמן...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5886
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: איבער 60? גייט נישט אין מקווה און דאווענט ביחידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

די היינטיגע 60 יעריגע קוקן זיך אן ווי 45 יעריגע. אסאך האבן נאך קינדער אין שטוב אדער ממש לעצטנעס ארויסגעגעבן זיי פילן זיך יונג אין פריש זיי האבן נישט קיין אנוג וואס מ'וויל פון זיי
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9767
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: איבער 60? גייט נישט אין מקווה און דאווענט ביחידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

"אוי" - דאס איז געווען "מה היה לנו"...
מיט פונקטליך דריי יאר צוריק!
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4745
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: איבער 60? גייט נישט אין מקווה און דאווענט ביחידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

WOW דריי יאר שוין פאריבער...

שווערע צייטן, אוי, מען איז געווארן אימיונט צו ביטערע בשורות

אוי איז געווען א שווערע יום טוב
פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 6:13 am
דאָס האָט פארוואנדלט דאס ווארט 'סאטמאר' פון א שטאט אין אייראפע צו באגריף אין אונטערחסידות'יאנאלע אידישקייט פון נאכן קריג ועד היום הזה.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: איבער 60? גייט נישט אין מקווה און דאווענט ביחידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

Ouch!
צוריקגעברענגט קאשמארן…
דערמאן זיך א איד אין מקוה ל״ג בעומר מיר געזאגט לעצטע מאל איז ער געווען אין מקוה כ״א אדר יודה״ל פון רבי ר׳ אלימלך זי״ע.
קעניג פון אפסטעיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 27, 2021 2:24 pm

Re: איבער 60? גייט נישט אין מקווה און דאווענט ביחידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניג פון אפסטעיט »

טשילס!

קען זיין אז אריין אפאר חדשים אינעם וויירוס האט מען שוין פארשטאנען אנדערש אבער בשעת מעשה האט יידישע קהילות געשריבן ריכטיג און אין פאקט האבן אסאך דיינים אזוי גע'פסק'נט דעמאלטס
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm

Re: איבער 60? גייט נישט אין מקווה און דאווענט ביחידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

קאשמארע זכרונות?!
א ודאי, ליידער, וויפיל יודן זענען ליידער אוועק, וויפיל אלמנות און יתומים זענען צוגעקומען צו כלל ישראל ובתוכם נאנטע בני משפחה און ידידים, אוי מה היה לנו, וויפיל מ'עט שרייבן עט נישט גענוג זיין, כלל ישראל אזוי פארלוירן, אזוי צוקלאפט, אזוי מיטגעמאכט, אזוינע טעג, אזא יו"ט אזא פסח אזא סדר נאכט.
נאר צוטראכטן פון יענע טעג איז שוין גענוג צו ברענגען א הרהור תשובה, די פחד אויף די גאסן, די לויות יעדע דריטע פערדע גאס, די אומקלארקייט ווער ס'קומט נעקסט, און ועל כולם די אומקלארקייט וואס איז ריכטיג צוטון, יא גיין אין שפיטאל אדער נישט? יא טון דאס אדער נישט טון דאס? וכו' וכו'


אבער וואס פארא לעכטיגע זכרונות די וואס האבן געפאלגט די אמת'ע דעת תורה האבן, אה! דאס קען מען נישט פרובירן אפילו צו אפשרייבן, אשרינו מה טוב חלקינו!
כציפור נודדת מן קינה, כן מחשבות האדם.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”