די חשבון פון די חמישים מכות במצרים – שיטת ר' עקיבא

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

די חשבון פון די חמישים מכות במצרים – שיטת ר' עקיבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

די חשבון פון די חמישים מכות במצרים – שיטת ר' עקיבא

פאלגענד איז א איבערזעצונג פון די הגדה "מדרש בחידוש" לתועלת הציבור, ווי עס איז באקאנט איז שיטת ר' עיקיבא אז אין מצרים זענען געוועהן א חשבון פון גאנצע 50 מכות, דהיינו אז יעדע מכה האט געהאט אין זיך פינף מכות, אויף דעם רעכנט ער אויס פונקטליך דעם חשבון וואס איז געוועהן די פינף מכות ביי יעדע מכה וואס איז צוזאמען 50 מכות,
מיר זעצן דאס איבער אויף אידיש כדי עלטערן זאלן דאס קענען פארציילן פאר די קינדער פסח ביים סדר, עס איז ראטזאם צו צוטיילן דעם מדרש אין צוויי, די ערשטע פינף מכות צו פארציילן די ערשטע נאכט, און די אנדערע פינף די צווייטע נאכט,

רַבִּי עֲקִיבָא אוֹמֵר, מִנַּיִן שֶׁכָּל מַכָּה וּמַכָּה שֶׁהֵבִיא הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עַל הַמִּצְרִים בְּמִצְרַיִם הָיְתָה שֶׁל חָמֵשׁ מַכּוֹת, שֶׁנֶּאֱמַר, יְשַׁלַּח בָּם חֲרוֹן אַפּוֹ עֶבְרָה וָזַעַם וְצָרָה מִשְׁלַחַת מַלְאֲכֵי רָעִים, חֲרוֹן אַפּוֹ אַחַת, עֶבְרָה שְׁתַּיִם, וָזַעַם שָׁלשׁ, וְצָרָה אַרְבַּע, מִשְׁלַחַת מַלְאֲכֵי רָעִים חָמֵשׁ, אֱמוֹר מֵעַתָּה בְּמִצְרַיִם לָקוּ חֲמִשִּׁים מַכּוֹת וְעַל הַיָּם לָקוּ חֲמִשִּׁים וּמָאתַיִם מַכּוֹת:

דם

א) עברה: צום ערשט ווען דער מצרי האט געשעפט וואסער צום טרינקען איז די וואסער געווארן בלוט, אבער ווען ער האט געטרינקען אין איין כלי מיט א איד האט ער יא געטרינעקן וואסער, די מכה איז געוועהן אז דער מצרי האט נאר געקענט טרינקען צוזאמען מיט א איד, אליין נישט.

ב) זעם: דערנאך איז די גזירה געווארן גרעסער אז אפי' ווען א מצרי האט געטרינקען צוזאמען מיטן איד איז עס געוועהן פארן איד וואסער און פארן מצרי בלוט, נאר ווען ער האט געצאלט געלט איז עס געוועהן וואסער.

ג) צרה: די פיש פון ים זענען געשטארבן, אין די צייט וואס פיש איז געוועהן די עיקר מאכל ביים די מצרים (אידן האבן זיך אין מדבר געבענקט נאך די מצרי'שע פיש זכרנו את הדגה וגו').

ד) משלחת מלאכי רעים: אז די ים האט געהאט א ריח רע, אין די צייט וואס די מצרים פלעגן זיך באשמירן מיט בשמים איז געוועהן אין גאנץ מצרים שלעכטע גערוכן.

ה) אפו: יעדע מין וואסער איז נהפך געווארן צו בלוט, יעדע חפץ וואס האט אין זיך אש מים רוח עפר איז די חלק המים געווארן בלוט, קליידער, וועש, כלים, די ווענט פון הויז, אלסדינג.

צפרדע

ו) אפו: ס'איז ממש נישט געוועהן ווי צו גיין מחמת די פילע פרעש.

ז) עברה: צוליב די גרויסע גרודער פון די פרעש האבן זיי נישט געקענט שלאפן.

ח) זעם: די פרעש זענען אריין אין זייערע עסנווארג, זיי זענען אריין אין טייג און פונעם טייג אין אויבן אריין.

ט) צרה: די פרעש זענען אריין אין זייערע גופים און מצער געוועהן פון אינעווייניג.

י) משלחת מלאכי רעים: די פרעש האבן געביסן און מזיק געוועהן די מצרים אז זיי זאלן נישט קענען מער האבן קיין קינדער.

כנים

יא) אפו: די פילע מאסן פון לייז האבן דעגרייכט א אמה הויעך, און די מצרים האבן נישט געקענט שטעלן קיין טריט געהעריג.

יב) עברה: די לייז האבן געשטאכן ווי נאדלעך, אין מד"ר שטייט אז זיי זענען געוועהן אזוי גרויס ווי א איי, און עס זענען געוועהן פערצן מיני לייז, און די לייז זענען ארויס פון זייער גוף ממש.

יג) זעם: די מצרים האבן זיך געקראצט, און פונעם קראצן אזויפיל איז געווארן מכות אויף זייער גוף.

יד) צרה: די פילע לייז האבן פארשוואכט זייער זעה קראפט, זיי זענען ממש בלינד געווארן.

טו) משלחת מלאכי רעים: די לייז זענען אריין איז זייער עסן, אין די טעפ און טעללער'ס וואס דאס האט פארמיאוס'ט דאס עסן.

ערוב

טז) אפו: די בערן מיט די לייבן האבן געביסן און גע'הרג'ט.

יז) עברה: די פילע פייגל וואס זענען געפלויגן האבן פארטינקלט די שיין פון די זון, ווי אויך זענען די מצרים אומגעפאלן אנטלויפנדיג פון די חיות.

יח) זעם: די וואס האבן זיך באהאלטן אין די הייזער האבן ווילדע אדלער'ס צובראכן די פענסטער'ס און זיי ארויסגעצויגן פון דארט.

יט) צרה: ווען די חיות זענען אוועק איז נישט געבליבן קיין איין חי' אפי' די וואס זענען געוועהן פארכאפט ביי די מצרים, אפי' די וואס די מצרים האבן גע'הרג'ט צו נעמען זייער פעל איז אויך פארשווינדן.

כ) משלחת מלאכי רעים: ווען די חיות זענען אוועק האבן זיין איבער געלאזט טיפע לעכער אין די ערד אזוי אז די מצרים האבן נישט געקענט גיין געהעריג.

דבר

כא –כה) מכת דבר איז געוועהן פון פינף מכות, עס זענען געשטארבן פינף מיני בהמות, פערד, אייזלען, קעמלען, רינדער, און שאף, (ווי עס שטייט ביי די דאזיגע מכה הנה יד ד' הויה, און אויף א האנט איז דא פינף אצבעות קעגן די פינף מינים וואס זענען געשטארבן ביי די מכה)

שחין

כו) אפו: עס איז נישט געוועהן קיין אויסנאם אין מצרים ווער עס איז נישט געשלאגן געווארן מיט שחין, סיי מענטשן און סיי בהמות, און וויבאלד יעדער איז געוועהן געשלאגן מיט שחין האט קיינער נישט געקענט העלפן דעם צווייטן זייענדיג פארנומען מיט די אייגענע צרות.

כז) עברה: די שחין איז געוועהן סיי שפאלטענעס און סיי בלאטערן.

כח) זעם: די שחין איז געוועהן לח מפנים און טריקן פון דרויסן, דאס איז קעגן די טבע, די טריקנקייט פון דרויסן האט געמאכט קראצן וואס האט ערגער געמאכט די פייכטקייט פון אינעווייניג.

כט) צרה: די חרטומים האבן פאר גרויס בושה נישט געקענט שטיין קעגן משה, זיי האבן זיך מצער געוועהן אז משה זעהט זייער מפלה.

ל) משלחת מלאכי רעים: די מכה פון שחין האט זיך קיינמאל נישט גענצליך פארהיילט ביי די מצרים ביז צו זייער טויט.

ברד
לא) אפו: די קולות וברקים האט געמאכט ציטערן זייער הארץ פאר גרויס פחד.

לב) עברה די רעגן איז געוועהן אזוי גרויס אז יעדע טראפ איז געוועהן גרויס מ' סאה.

לג) זעם: די ווינטן האבן געמאכט די שווערע רעגן פאר אייז און האגל.

לד) צרה: אינעם אייז אינעווייניג איז געוועהן פייער וואס האט פארברענט די ביימער מיט די געוואוקסן.

לה) משלחת מלאכי רעים: וויבאלד די מצרים האבן נישט געקענט גיין אין ערגעץ האבן זיי גע'שחט'ן זייערע שאף צו געבן צו עסן פאר די קינדער אבער גלייך נאכן שחט'ן זענען געקומען עופות משמים און צוכאפט דאס פלייש.

ארבה

לו) אפו: די היישעריקן האבן פארדעקט די שיין פון די ערד, זיי האבן נשיט געקענט זעהן ווי זיי גייען.

לז) עברה: נישט נאר די ערד האבן זיי פארדעקט נאר אויך די לופט, דעריבער האבן די מצרים נישט געקענט זעהן וואס טוט זיך ארום זיי און זענען אומגעפאלן ביים גיין.

לח) זעם: די היישעריקן האבן אויפגעגעסן אלע גראזן ווי אויך די פירות פון די ביימער.

לט) צרה נאכדעם וואס די היישעריקן האבן אויפגעגעסן אלע גרינס, האבן זיי געגעסן די פלייש פון די מצרים, ווי פרעה האט זיך געבעטן ביי מכת ארבה ויסר מעלי רק את המות הזה, איז משמע אז זיי זענען ממש געשטארבן פון די ארבה.

מ) משלחת מלאכי רעים: ס'איז נישט געבליבן קיין איין היישעריק נאך די מכה אפי' די וואס די מצרים האבן איינגעזאלצן צום עסן איז אויך אוועק געפלויגן.

חשך

מא) אפו: די ערשטע דריי טעג האבן זיי נישט געקענט זעהן גארנישט פאר די אויגן, אבער זיצן און גיין יא.

מב) עברה: די אנדערע דריי טעג האבן זיי זיך נישט געקענט רירן פון פלאץ.

מג) זעם: זיי זענען געוועהן הונגעריג און דארשטעריג זיי האבן נישט געקענט עסן.

מד) צרה: נישט אז במשך די דריי טעג זענען זיי געוועהן ווי פארשלאפן און נישט מרגיש געוועהן גארנישט, נאר זיי האבן אלעס געשפירט און זייערע חושים מיט זייער דעת האבן געהעריג געארבעט.

מה) משלחת מלאכי רעים: זיי האבן געהערט ווי די אידן דרייען זיך אין זייערע הייזער און זוכן אין זייערע באהעלטעניש און זיי האבן געהאט חשדות אז די אידן גנב'נען זייער האב און גוט'ס.

מכת בכורות

מו) אפו: למכה מצרים בבכוריהם, די בכורים ווען זיי האבן געהערט וועלכע מכה ס'קומט האט אויסגעבראכן א ברודער קריג אין מצרים, קינדער מיט די אייגענע טאטע'ס.

מז) עברה: די בכורים זענען געשטארבן.

מח) זעם: ביי חצות הלילה האט פרעה גע'הרג'ט זיינע ראטגעבער און יועצים וועלכע האבן אים געזאגט אז ער זאל נישט ארויסשיקן די אידן פון מצרים.

מט) צרה: אפי' בכורים מעוברת זענען געשטארבן, ווי אויך האט כביכול פונקטליך געוויסט ווער ס'איז א בכור דורך וועלכע טאטע און וועלכע מאמע.

נ) משלחת מלאכי רעים: אלע וואס האבן נישט געוואלט אז די אידן זאלן ארויס פון מצרים זענען געשטארבן צוזאמען מיט די בכורים.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

שכח אייך, זייער שיין,
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ביטע מאכטס א פי די עף, לתועלת
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

שאץ מאץ האט געשריבן: ביטע מאכטס א פי די עף, לתועלת
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע:Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

דא
אטעטשמענטס
אידישע וועלט פארומס • זעה די אשכול - די חשבון פון די חמישים מכות במצרים – שיטת ר' עקיבא_php.pdf
(98.79 KiB) געווארן דאונלאודעד 262 מאל
yield the right of way
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

שכח זייער שיין ועל כולם נישט קיין אריכת
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

פאראכטן לינק
אטעטשמענטס
שיטת ר' עקיבא.pdf
(97.88 KiB) געווארן דאונלאודעד 229 מאל
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט ארכיוו אום דינסטאג אפריל 03, 2012 7:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

נאדיר
אטעטשמענטס
די חשבון פון די חמישים מכות במצרים.pdf
(78.85 KiB) געווארן דאונלאודעד 464 מאל
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע:Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

שכויעך טאקע שיין, אויכעט שמן למאור'ס
yield the right of way
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

א הערצליכען דאנק ר' שאץ, האמיר עס ארויס געדרוקט, אפגעליינט, און אוועק געלייגט פארן סדר.

א באזונדערן יש"כ פאר די פד"ף'ניקעס פארן עס צוגרייטן כשלחן ערוך ומוכן לאכול.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

וועלכע ספרים אלץ זענען גוט ארויס צו נעמן דערפון בלויז דעם סיפור יציאת מצרים מיט די ניסים צו דערציילן פאר קינדער?
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שאץ מאץ האט געשריבן: די חשבון פון די חמישים מכות במצרים – שיטת ר' עקיבא

פאלגענד איז א איבערזעצונג פון די הגדה "מדרש בחידוש" לתועלת הציבור, ווי עס איז באקאנט איז שיטת ר' עיקיבא אז אין מצרים זענען געוועהן א חשבון פון גאנצע 50 מכות, דהיינו אז יעדע מכה האט געהאט אין זיך פינף מכות, אויף דעם רעכנט ער אויס פונקטליך דעם חשבון וואס איז געוועהן די פינף מכות ביי יעדע מכה וואס איז צוזאמען 50 מכות,

א דאנק אייך ידידי הצמוד בקירות לבי, לכבוד דעם תורה האב יאך איין געהאנדעלט די הגדה.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע:על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

שכוח שאץ!
שכוח פאר די פידיעף'ערס!

ארויסגעפרינט לכבוד יו"ט, מקיים צו זיין דעם והגדת לבנך/למען תספר.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ערשט יעצט געזעהן הרב שאץ, א שאד כ'וואלט עס גענוצט אויפן סדר, אבער מ'לייגמער עס אוועק אויף קומענדע יאר אי"ה בירושלים עיה"ק.
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: די חשבון פון די חמישים מכות במצרים – שיטת ר' עקיבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

ארויף לכבוד יו"ט
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”