כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות
ליידער איז די היינטיגע סיסטעם א חורבן אוים ונורא. דאס אז מען מאכט חתונה יונגע אפרוחים אן די מינדעסטע עדיוקאציע אויף וואס ס'ווארט זיי אפּ אין די עתיד אויפן פראנט פון פרנסה אין ווי אזוי זיך צו גרייטן אויף דעם.
אין די פרישע יונגעלייטליך רוקן זיך אן אין כולל א טאג נאכן שבע ברכות פריש אין מונטער אמער, ער דאך שוין א טאטע, אן דאס מינדעסטע דאגה אין אזוי מאכט ער זיך באקוועם אין כולל ער לערנט אביסל, שמועסט אסאך.. ער ווערט א גאנצע עקספערט אין סאושעל סערוויסעס, ער מאכט זיכער אריין צו גיין אין יעדע אכטער גורל אין די נוי אינגלאנד ראיאן. בקיצור דרייט זיך אין פרייד זיך בשעת די בני בית ברענגט ב'ה אריין פרנסה אין ס׳ליכטיג אין וואויל.
אין דערווייל טוט די מערכת שמים דאס זייניגע אין די טעג לויפן מיט אומפעט אין צוביסלעך בויט דער יונגערמאן אויף זיין שטוב לשם ולתפארת ברענגט אראפּ איין קינד אין נאכדעם נאכאיינס אא"וו, אין דער יונגנערמאן פירט זיין כולל ווערטשאפט מיט א געוואלדיגע מנוחת הנפש נישט טראכטנדיג קיין רגע פון אנהייבן אינוועסטירן אין זיין עתיד זיך צו לערנען עפעס א פאך, יעצט ווען די צייט איז אויף זיין זייט...
אין אזוי רוקן זיך די יארן ביז סקומט אן דער טאג, אין דאס ווייב זיינער זייענדיג א באפארעטע מאמע הייבט אים אן מרמז צו זיין אז יבא העת צו זוכן א דזשאב ווייל זי קען זיך שוין נישט מער אזוי איבערייסן, דער יונגערמאן ווייסט נישט וואס סהאט אים באטראפן. איך ארבעטן? סמאכט עפעס נישט קיין סענס... ער איז עפעס נישט פון די סארט מענטשן..
בקיצור,ער האט נישט קין אנונג אין וועלעכע ריכטונג צו טראכן ווי זיך צו ווענדן ער אידאך א שאינו יודע לשאול אין ביזנעס ער ווייסטיך ניטאמאל ווי אזוי אנצוצינדן א קאמפיוטער. פארלוינערעהייט הייבט ער זוכן א דזשאב אין ער טרעפט קוים מיט צרות עפעס א בדיעבדיגע דזשאב וואס איינער וואס איז גרייט פאר א נדריגע געהאלט אנצוהייבן מיט אים ביי אלף אין פרשטייט זיך אז נאך א שטיק צייט זעהט ער אז ער פארדינט נישט גענוג, זוכט ער א צווייטע דזשאב אין כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה ס'ענדיגט זיך בערך ווי די ערשטע אין אזוי וואלגערט ער זיך מ"ב מסעות מיט יסורי הגוף והנפש, ביז אולי ער סעטעלט זיך מיט א נערמאלע פרנסה, אלעס ווייל ער האט נישט עטראכט א טאג פארדעם אז איין טאג גייט מען דארפן ברענגן פרנסה.
רבותי, עפעס דארף געטוען ווערן צו עדיוקעטן די ינגעלייטלעך זיך צו גרייטן אויף דעם טאג ווען מגייט דארפן גיין ברענגן פרנסה.