לייגן נומער (פון וויפיל שידוכים אויסגעפירט) נעבן נאמען פון שדכן

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9730
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

לייגן נומער (פון וויפיל שידוכים אויסגעפירט) נעבן נאמען פון שדכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

כ'האב געהערט א געניאלן געדאנק, אויף די אלע ליסטעס פון שידוכים וואו עס פיגורירט אין דער זייט דער נאמען פונעם שדכן זאל אויך שטיין א קליינע נומער וועלכע וועט אנדייטן וויפיל שידוכים ער האט שוין אויסגעפירט.
אזוי עט מען וויסן צו דער שדכן איז א מומחה אדער סתם א קרוב וידיד וואס האט עס געשדכנט.
נאך א זאך, אויב דער שדכן וויל, זאל ער דארט צולייגן א טעל. נומער/אימעיל, כדי מ'זאל זיך לייכט קענען פארבינדן מיט איהם.
שדכנים וואס ספעציעליזירן זיך אויף א געוויסע קרייז און חסידות, זאל דאס אויך ארויסשרייבן.
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: לייגן נומער (פון וויפיל שידוכים אויסגעפירט) נעבן נאמען פון שדכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

ערשטענס, אסאך (רוב גרויסע?) שדכנים לאזן נישט לייגן זייער נאמען ווייל עס ברענגט זיי פיל מענטשן זאלן קאלן זיך בעטן און איבערדרייען אז זיי זאלן ארבעטן פאר זיי.

סאו אזא זאך וועט עס נאך ערגער מאכן.

צווייטענס, ווער פונקטליך גייט האלטן חשבון?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9730
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: לייגן נומער (פון וויפיל שידוכים אויסגעפירט) נעבן נאמען פון שדכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מיליטאנט האט געשריבן: דינסטאג אפריל 04, 2023 10:13 pm
צווייטענס, ווער פונקטליך גייט האלטן חשבון?
יעדער שדכן איז באגלייבט. ס'נישט אזא קריטישע זאך אז מדארף עס מברר זיין. גענוג אז דער שדכן אדער שדכנטע זאגט אז דאס איז שוין זיין 5טע אדער 10טע שידוך.
ווער עס וויל נישט, דארף טאקע נישט. אזוי ווי ער דארף נישט מפרסם זיין זיין נאמען בכלל.
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: לייגן נומער (פון וויפיל שידוכים אויסגעפירט) נעבן נאמען פון שדכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

לדעתי העט עס מאכן אז א יונגע שדכן ווטס פרובירט העט מען אים נישט אויסהערן ווייל ווער איז ער דען? וואס איז זיין סוקסעס רעיט?
אוועטאר
לשובע
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 6:43 pm

Re: לייגן נומער (פון וויפיל שידוכים אויסגעפירט) נעבן נאמען פון שדכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשובע »

חיים יצחק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 04, 2023 10:40 pm
לדעתי העט עס מאכן אז א יונגע שדכן ווטס פרובירט העט מען אים נישט אויסהערן ווייל ווער איז ער דען? וואס איז זיין סוקסעס רעיט?
געטראכט די זעלבע, דעס גייט אפהאלטען נייע שדכנים פון אריינקומען אין די ליין, א פראבלעם וואס גייט האבן א לאנג טערם עפעקט.
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: לייגן נומער (פון וויפיל שידוכים אויסגעפירט) נעבן נאמען פון שדכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

לענ"ד, נישט קיין גוטע עצה. בכלל, א שדכן איז נישט קיין פאבליק פיגור - אונז האבן גענוג רבי'ס זינגער'ס און עסקנים. לאז דעם שארית הפליטה נארמאלע מענטשן זיך אויסלעבן די יארן אונטער די רעדאר.

אויב איינער וויל איינמאל פאר אלעמאל גרינגער מאכן די שידוכים-עסק זאל ער טוהן ווי פאלגענד, שמעו ותחי:

ס'זאל זיין א דעטע-בעיס פון בחורים און מיידלעך -

א) ישיבות/סקולס און עלטערן וועלן ארויפלייגן זייערע קינדער אויף די פלאטפורמע, נאכ'ן אויספילן א פארום מיט אלע דעטאלן און הערות.

ב) יעדע פראפיל "מוז" האבן א דירעקט-קאנטעקט פון 2-3 שדכנים אדער א גאר-נאנטע רב/קרוב וואס ער קען די משפחה גוט, און קען דינען אלץ שליח/שדכן וכדומה.

ג) "יעדער" וואס האט אינטערנעט, קען זעהן די כללית'דיגע ליסטע, "אן די פרטים", דהיינו, ער וועט בלויז זעהן
שמואל יוחנן קליין (ב"ר נתנאל חתן ר' יעקב פריעד ע"ה), מאנסי, - ישיבת שערי צהלה
רבקה דושינסקי (ב"ר גבריאל, חתן אברהם אבא צוקערמאנדל), לעיקפראנט - תומר אסתר, Hamaspik at South Florida וכו'
ד) ווער ס'איז א שדכן, אדער וויל ווערן א שדכן, וועט האבן צוטריט צו אלע דעטאלן פון דעם נאמען. וואו זיי וואוינען, די קהילה זיי געהערן צי, וואס יענער טוט פאר פרנסה, אנדערע מחותנים, בילדער (אויב די נאמען האט ארויפגעלייגט), וכדומה.

ה) א דירקעט טעלעפאון נאמבער, אדער אימעיל, פון די משפחה, וכ"ש פון די מדובר און מדוברת, וועט "נישט" שטיין דארט.

ו) אויב איר זעהט א פראפייל וואס געפעלט אייך פאר אייערס א קינד, GO AHEAD, שיקט אייער שדכן צו רעדן די שידוך דארט.

ז) אויב וויל מען אנטראגן א שידוך, איז אזוי, אויב קענט איר דעם משפחה און איר זענט משוכנע אז איר טראגט אן עפעס זאכליך, אדרבה, רופט אן און פראבירט.
אבער אויב איר זענט אליינס מסופק, אדער איר קענט נישט די משפחה אזוי גוט, איר ווייסט נישט גענוי וואס זיי זוכען, איז זייט מוחל און דירקעט-מעסעזש דעם פראפייל'ס שדכן, און שמועסט אדורך כאשר ידבר איש אל רעהו, ווי ס'פאסט פאר צוויי שדכנים.

ח) מ'קען REPORT'ען אויף א שדכן אז מ'זאל אים נישט אריינלאזן מער בכלל ודו"ק.

ט) דער עיקר איז, אז כל מי שרוצה קען ארויפגיין און זעהן די ליסטע, און טרעפן וואס גליסט אים, אדער וואס ער שפירט איז גוט פאר יענעם.
א טאג נישט געמעקט, איז א טאג נישט געשריבן.
אוועטאר
יאללא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 23, 2021 6:01 pm

Re: לייגן נומער (פון וויפיל שידוכים אויסגעפירט) נעבן נאמען פון שדכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאללא »

עס וואלט געווען א בעסערע עצה צי לייגן די געלט וואס מען האט באצאלן פארן שדכן, עס וועט ברענגען בעסערע רו
ראזאלטאטן
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”