מיטנעמען די קינדער אויף וויקעישען אדער נישט?

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

מיטנעמען די קינדער אויף וויקעישען אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

ווי באוויסט פארן היבש אינגעלייט אין די טעג אויף וויקעישען צו אויף פאלם ספרינגס צו אויף קאליפארניע צו אריזאנא, פלארידא, שווייץ וכו' וואלט איך געוואלט וויסן וואס דער עולם קען מיטטיילען פון זייער עקספעריענס צו עס לוינט זיך מיטצונעמען די קינדער אויף די וואקאציע אדער נישט, מען רעדט נישט פון א פאר חדשים'דיג קינד וואס איז נאך א ילד שצריך לאמו במלוא מובן המילה, נאר די שאלה איז אויף אביסל גרעסערע קינדער ווי למשל צוויי יעריגע צו עס לוינט זיך זיי מיטצונעמען אדער נישט, עס איז פארשטייט זיך דא א סברא אז מען זאל זיי איבערלאזן אינדערהיים ביי איינעם אבער דאס קען זיך אריינציען אין גרויסע הוצאות פון בעביסיטינג אדער לייגט מען זיך ארויף און מען מאכט שווער פאר א צווייטן סתם אזוי, און ווי אויך הערשט פארשטייט זיך דאן א גרויסע בענקעניש ביי די ווייבער, און פון דער אנדערער זייט אז מען נעמט מיט די קינדער קען מען אפשר נישט אזוי ענדשויען די וואקאציע ווייל די קינדער פארלאנגען זיך זייערס נישט קוקנדיג אז די עלטערן זענען יעצט אויף וויקעישען, ווער עס האט שוין דאס דורכגעגאנגען און קען אביסל מיטטיילען פון זיין אייגענע ערפארונג וואס עס איז די בעסטע זאל לאזן וויסן פאר'ן עולם.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

רוב מענשטן גייען וועקעישאן פון די ארבייט, שטאט, קינדער, וכו'

איז אזוי גייט איר וועקעישאן פון די קינדער דאן וואס איז די פראגע אז מ'נעמט אים נישט מיט
נאר אויב ס'גייט אייך באמת נישט אן מיט צו נעמען דאס צוויי יעריג קינד דאן נעמט אים יא מיט
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

האלא, פונקט יעצט איז דאס א דבר העומד על הפרק, א שכן מיינער האט פון 'גרויס אנגעשטרענקייט' ביי די ארבייט באשלאסן צו פארן וויקאציע, נו וועם שטערט עס זייער פיין און וואויל, הלוואי אויף אלע אידן געווינטשן, אבער קניינעהארע וואס טוט מען מיט די געזינדל, אויב נעמט מען זיי מיט, קען מען דאך פאר די געלט שוין בלייבן אינדערהיים. האט מען באשלאסן צו ווארפן גורל וואו צו ציטיילן די קינדער, און איך דער נעקסט דאר שכן האט ביים גורל באקומען צוגעטיילט דאס 3 יעריג'ס, נו וואס זאל די רעביצן זאגן ווען די שכנה קומט פרעגן צו מ'קען האלטן דאס קינד, נישט אויף לאנג פארשטייט זיך נאר פון מאנטיג ביז מוצאי שבת, נו קען מען דען אפזאגן אזא שכנה וואס ווען מען דארף בארגן צוויי אייער קלאפט מען אריין צו איר, ס'איז דאך נישט מענטשליך אפצוזאגן. פיין מען האט אריבערגעשיקט דאס קינד מאנטיג נאך חדר און די ערשטע טטאג איז נאך געווען פארהאלטנמעסיג גוט, אבער 11 אזייגער ביינאכט גיב איך א קוק ארויס פון פענסטער און וואס זעה איך, די שכנים פארן הערשט יעצט ארויס, דאס קינד שיקט מען 3 אזייגער זאל ער זיצן נאך א 7 -8 שעה אויפן שכן'ס קאפ, און פארן פארט מען 11. שוין דאס וועל איך מוחל זיין, אבער דאס קינד איז געוועזן אזא קוועטש נישט סתם, יעדע פאר מוניט געפרעגט 'ווען קומט שוין מאמע? עכ"פ ס'איז נישט שייך אויסצורעכנען וואס מיר האבן מיטגעמאכט די 6 טעג, צום סוף זענען ערשט די עלטערן אהיימגעקומען היינט 12 אזייגער, און אן קיין אנשולדינג מיט א העפלעכקייט געפרעגט נו מען קינד איז וואויל געווען יא? וואס זאל איז זאגן ניין, ער האט מיר געצאפט דאס בלוט.

עניוועי סוף פסוק מענטשן ברויכן האבן שכל נישט אויסצוניצן א צווייטן, און אויב ווייסטו אז דיין קינד איז א 'קוועטש קינד' נעם אים מיט מיט דיר, אדער גיב כאטש דערעקציעס וואזוי אים צו באהאנדלן.

צוויטענס יענער טוט דיר א טובה ווען ער האלט דיין קינד, דאן נוץ אים נישט אויס, אויב פארסטו 11 ביינאכט שיק אים נישט 3 נאכמיטאג, נאר ווייל די ווילסט אריינכאפן נאך אפאר שעה וויקאציע.

און די זעלבע איז ביים צוריקימען האסט געזאגט א צייט, אויב קענסטו נישט זיין צוריק ווען די האסט פארשפראכן, רוף כאטש אן זאגן זיך אנטשולדיגן.

איך האב געפרעגט דאס קינד ווער פרייד זיך די מערסטו ווען די גייסט אהיימגיין, זאגט ער איך און מאמי, האב איך אים געוואלט ענפערן איך מיין אז איך וועל מיך מער פרייען ווען די וועסט גיין, און דיין מאמע וואלט זיך געפרייט ווען די קענסט דא בלייבן נאך אביסל, אז מען קען יענעם אויסנוצען, נו פארוואס נישט.

עס איז ביי מיר געבליבן מער קיינמאל נישט בארגן קיין אייער פונם שכן, איז בין דיר גארנישט שולדיג, און דו זיי מיר גארנישט שולדיג.

און עס איז נאך דא אסאך צוצולייגן.....
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

ביזנעסקאפ האט געשריבן: האלא, פונקט יעצט איז דאס א דבר העומד על הפרק, א שכן מיינער האט פון 'גרויס אנגעשטרענקייט' ביי די ארבייט באשלאסן צו פארן וויקאציע, נו וועם שטערט עס זייער פיין און וואויל, הלוואי אויף אלע אידן געווינטשן, אבער קניינעהארע וואס טוט מען מיט די געזינדל, אויב נעמט מען זיי מיט, קען מען דאך פאר די געלט שוין בלייבן אינדערהיים. האט מען באשלאסן צו ווארפן גורל וואו צו ציטיילן די קינדער, און איך דער נעקסט דאר שכן האט ביים גורל באקומען צוגעטיילט דאס 3 יעריג'ס, נו וואס זאל די רעביצן זאגן ווען די שכנה קומט פרעגן צו מ'קען האלטן דאס קינד, נישט אויף לאנג פארשטייט זיך נאר פון מאנטיג ביז מוצאי שבת, נו קען מען דען אפזאגן אזא שכנה וואס ווען מען דארף בארגן צוויי אייער קלאפט מען אריין צו איר, ס'איז דאך נישט מענטשליך אפצוזאגן. פיין מען האט אריבערגעשיקט דאס קינד מאנטיג נאך חדר און די ערשטע טטאג איז נאך געווען פארהאלטנמעסיג גוט, אבער 11 אזייגער ביינאכט גיב איך א קוק ארויס פון פענסטער און וואס זעה איך, די שכנים פארן הערשט יעצט ארויס, דאס קינד שיקט מען 3 אזייגער זאל ער זיצן נאך א 7 -8 שעה אויפן שכן'ס קאפ, און פארן פארט מען 11. שוין דאס וועל איך מוחל זיין, אבער דאס קינד איז געוועזן אזא קוועטש נישט סתם, יעדע פאר מוניט געפרעגט 'ווען קומט שוין מאמע? עכ"פ ס'איז נישט שייך אויסצורעכנען וואס מיר האבן מיטגעמאכט די 6 טעג, צום סוף זענען ערשט די עלטערן אהיימגעקומען היינט 12 אזייגער, און אן קיין אנשולדינג מיט א העפלעכקייט געפרעגט נו מען קינד איז וואויל געווען יא? וואס זאל איז זאגן ניין, ער האט מיר געצאפט דאס בלוט.

עניוועי סוף פסוק מענטשן ברויכן האבן שכל נישט אויסצוניצן א צווייטן, און אויב ווייסטו אז דיין קינד איז א 'קוועטש קינד' נעם אים מיט מיט דיר, אדער גיב כאטש דערעקציעס וואזוי אים צו באהאנדלן.

צוויטענס יענער טוט דיר א טובה ווען ער האלט דיין קינד, דאן נוץ אים נישט אויס, אויב פארסטו 11 ביינאכט שיק אים נישט 3 נאכמיטאג, נאר ווייל די ווילסט אריינכאפן נאך אפאר שעה וויקאציע.

און די זעלבע איז ביים צוריקימען האסט געזאגט א צייט, אויב קענסטו נישט זיין צוריק ווען די האסט פארשפראכן, רוף כאטש אן זאגן זיך אנטשולדיגן.

איך האב געפרעגט דאס קינד ווער פרייד זיך די מערסטו ווען די גייסט אהיימגיין, זאגט ער איך און מאמי, האב איך אים געוואלט ענפערן איך מיין אז איך וועל מיך מער פרייען ווען די וועסט גיין, און דיין מאמע וואלט זיך געפרייט ווען די קענסט דא בלייבן נאך אביסל, אז מען קען יענעם אויסנוצען, נו פארוואס נישט.

עס איז ביי מיר געבליבן מער קיינמאל נישט בארגן קיין אייער פונם שכן, איז בין דיר גארנישט שולדיג, און דו זיי מיר גארנישט שולדיג.

און עס איז נאך דא אסאך צוצולייגן.....

;l;p-100% גערעכט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז נישט פראקטיש זיך ארויפצולייגן אויף א שכן, אבער טאמער האסטו א שוועסטער אדער שוועגערין וואס האט נישט קיין פיצלעך, און זי וועט אויך אמאל וועלן פארן וואקאציע און זוכן ביי וועמען איבערצולאזן א קינד, איז אין פלאץ צו מאכן א שמור לי ואשמור לך אקציע.

מיטנעמען א קינד צו וואקאציע = קיין וואקאציע.
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

קרעמער; 'אמאל אמאל' קען מען טאקע געבן פאר משפחה צו האלטן א קינד, אבער מאכן א שמור לי ואשמור לך אקציע - ווי דו רופסט עס, דאס איז שוין א צווייטע מעשה, איך האב דאס אויך געהאט אמאל, א שוועגערין האט שוין אפגעמאכט צו שיקן א קינד, זי האט נישטאמאל געפרעגט צו מקען יא צו נישט, וואס הייסט מיין קינד איז דאך לעצטע מאל געווען ביי איר, דערפאר 'מוזן' מיר האלטן איר קינד, און ווען מען האט איר אפגעזאגט איז זי געווען באליידיגט עד לב השמים, איי דעמאלטס זענען מיר געווען און אזא זמן וואס איז נישט שייך געווען צו נעמען קיין קינדער, דאס גייט איר בכלל נישט אן, וואס הייסט מיר האבן דאך אן 'התחייבות' ווייל זי האט לעצטע מאל געהאלטן מיין קינד, דערפאר דארף מען וויסן אז מיט משפחה איז גוט צו עסן קוגל מיט פיקל, און אז מ'דארף אוועקפארן זאל מען געבן דאס קינד/ער פאר אזעליכע וואס מען וועט זיי נישט שולדיג בלייבן א גאנץ לעבן אריינצונעמען זייערערע קינדער מיט אן 'התחייבות' ווייל זי האט גענומען מיינץ...
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זעהט אויס אז עס איז דא משפחה, און עס איז דא משפחה. ביי אונז אין די משפחה האלט מען זיך כסדר איינער דעם אנדערן'ס קינדער, און אז יענער זאגט אפ, ווייסט מען אז ער/זי האט א גוטע סיבה און מען רופט דעם נעקסטן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

זייער א שווערע סוגיא, (אפשר ש"ץ וואלט די בעסטע געקענט אראפ לייגן ביידע צדדים.)

ס'איז דא וויקעישן, און ס'איז דא וויקעישן. ס'איז דא אמאל וואס מ'גייט פלעין אוועק פון די שטאטישע הו הא, מ'וויל זען אביסל אנדערע ווענט, אנדערע הייזער, ווי למשל א וואך צוויי אינעם זומער, דאן זאגט זיך אז די קינדער מעגן דאס פונקט אזוי מיטהאלטן.

ווידעראום איז דא אמאל וואס מ'דארף זיך אויסרוען, אידעך זיכער, אז מיט קינדער רוהט מען זיך נישט אויס.

צוטיילן, איז אן עקסטערע סדרה פאר זיך, און ס'איז לכאורה נישטא קיין כללים דערין, ביי איינעם קומט אויס בעסער ביי שכנים, און ביי אן אנדערן בעסער ביי משפחה. דאסיז זיכער אז א שמור לי ואשמור לך, ארבעט נישט אייביג, (איך רעד נישט פון קרעמער'ס פאמיליע.) אבער אז מ'נוצט די שכל, און מ'פירט זיך אויף ווי א מענטש, געווענליך קען מען זיך אן עצה געבן דערמיט, אוודאי אז ווען ס'פאסירט אפט, (קודם וויקעישן, און נאכדעם האט מען א קינד, וחוזר חלילה.) איז די פראבלעם אסאך גרעסער.

דאסיז בקיצור.
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע:אויפען בענקעל

Re: מיטנעמען די קינדער אויף וויקעישען אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

לאמיר אריינווארפען מיינע צוויי סענט:
איך האב שוין אויספרובירט ביידע מיט אין אן קינדער,
עס איז א חילוק פון הימל אין ערד, אבער אויב איינער באשליסט סייווי צו מיט נעמען קינדער האב איך עטליכע טיפס
1) נעם א באנאכט פלייט אפילו דאמעסטיק, קינדער אונטער 4 ברענג זיי מיט פיזאמעס צום פליגער
2) יעדע קינד זאל האבען זיין אייגענע בעק פעק מיט זיין עסן צומי וכו
3) נעם מיט קאלאר קרעיאנס בוקס פארן וועג האלט עס אונעם בעק פעק
4)קינדער דארפען א געזונטע פרישטאג אנהייב טאג,
5) יונגערע קינדער קענסטו מאכען פרייליך מיט סיי וואס, שלעפט נישט צו טייערע פארקס- לאנגע ליינס
א פשוטע שפיל פארק - א קליינע פעטינג זא - שפיעלען מיט זאמד ביים וואסער וכו איז די בעסטע זאך,
6) אויב גייסטו ארויס עסען, באשטעל קודם פארן קינד,
נאך זיי זענען זאט נעם ארויס א נייע טוי אדער גיב די קאמערע צו קוקען אלע פיקטשערס פונעם טאג אין enjoy אביסל פריוואטקייט מיטען ווייב

א גרינגע רייזע!
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”