אנווייזונגען פאר די נסיעה קיין מירון

אלעס איבער א נסיעה קיין ארץ ישראל

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יהיה כן האט געשריבן: דער בנין על קבר הרשב"י במירון האט געבויעט רבי אברהם גאלנטי וועלכער איז געווען בימי האר"י ומגדולי תלמידי הרמ"ק (החיד"א בשם הגדולים מערכת א')

דער היינטיגער בנין, איז שוין נישט דער ארגיענעלער, פון ציון (רבי אלעזר) [בנו רבי יוסי] און ווייטער, נאר צוגעבויט אביסל מער ווי הונדערט יאהר צו-ריק.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע:טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארט און מוזיק »

פונקטליך האט געשריבן: נישט גיין אין אלטשטאט פרייטאג נאכמיטאג, ס'איז א מקום סכנה.


פון וואו נעמסטו דאס?
איך מיין אז גרעפיקסאון מוזיקזענען פירסט קאזענס...
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3350
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ארט און מוזיק האט געשריבן:
פונקטליך האט געשריבן: נישט גיין אין אלטשטאט פרייטאג נאכמיטאג, ס'איז א מקום סכנה.


פון וואו נעמסטו דאס?

פרייטאג מאכמיטאג איז די מארק זייער ביזי אין די אראבישע קווארטל,
אבער אין די אידישע קווארטל איז פונקט ווי די גאנצע וואך.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
שוטה
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

ביקסאד האט געשריבן:
ארט און מוזיק האט געשריבן: "סאטמערע פארטש"

איר מיינט הר הצופים ?


ס'איז דא א פארטש אין אלטשטאט קעגן איבער די כותל.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע:אין די כלים

ל"ג בעומר חאלאקע אין מירון - נוצליכע אנווייזונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבני שיש »

איך קום שוין היי יאר ווי א שירעם נאכ'ן רעגן, אבער משום אל תמנע טוב מבעליו, שטעל איך דא ארויף א גוטע ליסטע מיט נוצבארע אנווייזונגען פאר די וואס מאכן א חאלאקע אין מירון, וואס איך האב פריער באקומען אויף אימעיל.
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע:איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

מי יודע האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן: באקומען אין טוויטער; וואס מיינט דאס?

ISRAEL: The PM Office Plans On Taking Control Over Kever Rashbi In Meron; Meaning All The Chazokos Etc. Will No Longer Be In Effect.

וואסערע חזקות?
די פלעצער ווי מען צינדט הדלקות? אדער עפעס אנדערש

לכאורה מיינט עס די שטובער פון אויבען ווי יודן האבן דארט חזוקות וואס סגעהערט צי זיי
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

אבני שיש האט געשריבן: איך קום שוין היי יאר ווי א שירעם נאכ'ן רעגן, אבער משום אל תמנע טוב מבעליו, שטעל איך דא ארויף א גוטע ליסטע מיט נוצבארע אנווייזונגען פאר די וואס מאכן א חאלאקע אין מירון, וואס איך האב פריער באקומען אויף אימעיל.

שוין באלד נוצליך
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

ישר כח!
וועט ווארשיינליך גוט צוניצקומען.
עת לקרות | ועת לתגוב
געדאנקן
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 21, 2011 9:18 pm

GPS Israel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדאנקן »

האט איינער עפעס ערפארונג וועגן ניצן א Garmin Gpsאין ארץ ישראל לויט וויפיל איך האב געסערטשט קען מען אליינס ארויפלייגן די מאפע אויף א גארמעין אדרע קען מען צו קויפן א עס די קארד, אויב איינער האט עפעס ערפארונג זאל זיך ביטע לאזן הערן
אויך אויב איינער ווייסט וואו מען קען קויפן דאהי אן ארץ ישרא'דיגע סימ קארד
א דאנק
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איך דינג יעדעס יאר א GPS דאהי אין אמעריקע, עס קאסט נישט קיין סך.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

אויב איינער פארט דאס ערשטע מאל קיין ארץ ישראל לוינט זיך נישט צו דרייוו'ן אליין אפילו מיט א GPS
ל"ג בעומר איז דא אסאך טראפיק, טראגט אפ פון מירון והגלילות ווי פריער. טברי' און צפת איז זייער טייער די פאר טעג, גייט קיין ירושלים אויף שב"ק.
זייט וויסן כמעט אלע עסן געשעפטן שליס'ן ערב שבת זייער פרי נישט ווי אין נוא יארק, ומי שטרח בע"ש ובו'
קיין חברון פארט נאר אינמיט'ן די נאכט
צו קבר רחל נאר מיט די באס, עס פארט א אגד באס יעדע צוואנציג מינוט פון גאולה פאר אפאר שקלים, ער ווארט א האלבע שעה און קומט צוריק. א שאד צו דינגען א דרייווער אדער מוניט
דער בלעקבערי מעסענדשער ארבייט פיין און קאסט פרוטות, משא"כ א טעקסט און אוודאי א טעל. קאל איז זייער טייער. דינגט א טעלעפון דא אין אמעריקא
פארגעסט נישט צו קויפן דאהי א פלאג קאנווערטער פאר די טעלפון אדער לעפטאפ. זיי ניצן אנדערע אוטלעטס. עס קאסט עטליכע דאלאר ביי קויפמאן אויף ליע עוועניא
טוישט נישט קיין דאלארר'ן צו שקלים אין עיר-פארט. אין זכרון משה שטיבל טוישט א איד לשם מצוה, עטליכע מאל א וואך ביינאכט. רוב גרויסע געשפעטן וועלן אייך נישט אפנארען עס איז כדאי צו געוואור ווערן יענעם טאג ווי דער דאללאר האלט.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אזוי ווי איך פאר שוין עטליכע יאר, דינג איך יעדעס יאר א קאר מיט א GPS און עס קומט אויס פיל ביליגער ווי נעמען א דרייווער.

איך פלאן צו זיין שבת אין צפת, ווייסט איינער אינפארמאציע איבער די האטעלן דארט אדער דירות וואו מען קען איינשטיין?
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

אבני שיש האט געשריבן: נוצבארע אנווייזונגען פאר די וואס מאכן א חאלאקע אין מירון, וואס איך האב פריער באקומען אויף אימעיל.

סעיף 15 איז מ'זאל דענקן א קעמרע פיל מיט באטערי מיט א מעמארי קארטל וואס האט פלאץ פאר בילדער... ראוי לציין אז אסאך זענען נזהר נישט צו כאפן קיין בילדער דעם טאג וואס מ'שערט אפ. ס'נישט מלעריש אז מ'פארגעסט די בילדער-כאפער אין שטוב.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

אין אלט שטאט צפת אויף רחוב תרפט איז דא היבש דירות צו פארדינגען, אימעיל מיר נאך שבת וועל איך דיר געבן א טעלפון נומער. ארויף דעם בארג רחוב בר יוחאי אויבן איז דא א היימישע פלאץ וואס שטעלט צו עסן פאר שבת. גאר געשמאק און א עכט היימישע אטמאספער. עס איז אבער קליין, איך גלייב שווער עס איז נאך פריי אויף שבת ל"ג בעומר. אויב יא און איר זיכט א געשמאקע פיינע ביהמ"ד מקוה און אלע הצטרכות איז דער באקאנטער ביהמ"ד צאנז (כידוע האט נאך דער שיניאווער רב זצ"ל געגעבן געלט צום התייסדות)
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

לידיעות הציבור, גוגל סטריט וויוי איז שוין אפען, איר קענט באקוקן אייער אכסניא און די געגענט ארום.
http://maps.google.co.il/
(גאר אינטערסאנט צו כאפן א שפאציר אין די ירושלימ'ע שמאלע געסלעך)
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע:איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

אויב קענסטו נישט די וועגן זאלסטו נישט נעמען קיין GPS
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

נאטורליך האט געשריבן: זייט וויסן כמעט אלע עסן געשעפטן שליס'ן ערב שבת זייער פרי נישט ווי אין נוא יארק, ומי שטרח בע"ש ובו'

פרי מיינט 12-1

צו קבר רחל נאר מיט די באס, עס פארט א אגד באס

פאר ווער עס פארט מיט זיי, צו דערמאנען, חילול שבת, פריצות, חברה פון די מדינה...

טוישט נישט קיין דאלארר'ן צו שקלים אין עיר-פארט. אין זכרון משה שטיבל טוישט א איד לשם מצוה, עטליכע מאל א וואך ביינאכט. רוב גרויסע געשפעטן וועלן אייך נישט אפנארען עס איז כדאי צו געוואור ווערן יענעם טאג ווי דער דאללאר האלט.


עס האט זיך לעצטענס געעפענט א היימישער נייע טשענדזשער אויף רחוב מאה שערים צווישן רחוב יואל און חבקוק, ער געט גוטע סערוויס אדער אין שוק מא"ש איז דא גוטליב נעבן די שטיבלאך, ער געט זייער גוטע פרייזן.

גוטע דרייווערס,

פון עירפארט, א טעקסי דארף קאסטן נארמאל 150-175, אבער מען דארף אפרעדן מיט זיי, אז עס איז אינקלאודעט מיט די פעקלעך און די מענטשן פונקטליך וויפיל מען איז, זייער קלאר. אויב איז מען נישט מער ווי 2 איז בעסער צו נעמען נשר-שירות עס איז אזא שאטל וואס טראגט דיך ביזן טיר פאר 58 ש"ח א מענטש.

דרך אגב, די איזרעאליס האבן ליב צו שרייען, פאדערן, מאכן א מצב און געבן דיר א שלעכטן געפיל, דערשרעק זיך נישט פון זיי, און ווער נישט איבערגענומען מיט רחמנות געפילן וואס קען דיר קאסטן די הויזן...

אויב דו נעמסט א מונית-טעקסי, און דו זעסט ער איז א ארנטליכער און נארמאלער מענטש, נעם זיין נומער, עס קען צוניץ קומען.
נישט פארגעסן צו בעטן אנשטעלן די מיטער-מונה, ווייל זיי קענען גוט באגנבענען...

רחוב מאה שערים, א נייע בעקערי, ברוקלין, ער האט היימישע חלות בטעם אמעריקע... אבער איך גלייך בעסער בריזל'ס סחורה... געשמאק און היימיש.

ווער עס וויל נישט נוצן די לעקטער פון די מדינה הטמאה אום שבת קודש ווי די פסק פון רוב פוסקי דורינו אז עס איז חילול שבת ממש, (ר' חיים קניעבסקי) כ'האב געפרעגט א דיין דארט. ער האט מיר ערקלערט די הארבקייט דערפון...
איז דא א גמ"ח פון שבת לעמפלעך, אויף רחוב דוד ילין 21 (2 גאסן ארויף פון זכרון משה שטיבלאך) ס'קאסט 7 שקל, א לעמפל א שבת, ער איז חזון איש'ניק, א טייערער איד וואס טוט דאס לשם מצוה, ער האט אויך שער מאשינדלעך, קינדער בעטעלעך, מאטראצן...
שויתי השם לנגדי תמיד
מירונער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2011 1:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מירונער »

משיח האט געשריבן:
ארט און מוזיק האט געשריבן:
פונקטליך האט געשריבן: נישט גיין אין אלטשטאט פרייטאג נאכמיטאג, ס'איז א מקום סכנה.
פון וואו נעמסטו דאס?
פרייטאג מאכמיטאג איז די מארק זייער ביזי אין די אראבישע קווארטל, אבער אין די אידישע קווארטל איז פונקט ווי די גאנצע וואך.

איך לייג צו אן אויסצוג פון מיין 'טאג-בוך' אין ירושלים, וויאזוי מיר זענען אין א פרייטאג נאכמיטאג פארפלאנטערט געווארן אין אראבישע געגענטער און זיך דערזען ארומגערינגעלט צווישן די טויזנטער אראבישע מאסן, ווי פאלגענד.

...דערנאך האבן מיר באשלאסן צופארן צום הר הזתים, פוקד זיין דעם ציון הק' פון אור החיים הקדוש זי"ע, און פון די אנדערע צדיקים מפורסמים וואס ליגן דארט.
דער דרייווער אונזערער האט אבער געמאכט אן אומוועג און האט אונז אריינגעפירט קיין מזרח ירושלים, וואו עס וואוינען פול מיט אראבערס. קומענדיג נאנטער צום הר הזתים איז דער וועג ממש געווען בלאקירט דורך די טויזנטער אראבערס וועלכע האבן ארויסגעשטראמט פונעם גרויסן מעטשעט וואס שטייט אויפן מקום המקדש. ווי זיי פירן זיך יעדן פרייטאג צו קומען אהין אין די טויזנטער.
שטייענדיג דארטן אין טרעפיק א שיינע פאר מינוטן האבן מיר אנגעהויבן גוט צו ציטערן, סוכ"ס געפינען מיר זיך אן אומפריינטליכע געגנט, און דא קומען און גייען מאסען אראבערס, טייל מיט בלוט דורשטיגע אויגן ר"ל. ווידער דער וועג וואס פירט אראפ צום הר הזתים איז נאך אלס געווען שטארק אנגעלייגט מיט צענדליגער באסעס פון די אראבערס. זייענדיג אונטער א שטארקער פחד האבן מיר בלית ברירה מוותר געווען צו גיין צום ציון הק' פון אור החיים, און געהייסן דעם דרייווער פארקירעווען דעם קאר צוריק קיין ירושלים, וואו מיר זענען דורכגעפארן נעבן די חומת עיר העתיקה אויף צפון זייט וואו עס געפינט זיך שער שכם.
אבער ווי גייט דער ווערטל אז עס איז באשערט צו טאנצן טאנצט מען. וועלנדיג זיך ארויסזען וואס שנעלער פון די אראבישע געגנט, האט דער דרייווער געוואלט אויסמיידן דעם טרעפיק אויף די הויפט שטראז, איז ער אנשטאט דעם אריינגעפארן אין א לאקאלער געסל נעבן דעם הויפט ראוד, און מיר זענען פריש געבליבן געשטראנדעט נעבן א פארנומענער אראבישער מארק פול מיט אראבערס. מיר זענען געווארן שרעקליך דערשראקן, און נאר געוואלט אז דער קאשמאר זאל זיך שוין ענדיגן, אבער דאס האט געדויערט א שיינע פאר מינוטן וואס האבן אויסגעקוקט ווי שעות.
כ'האב אינמיטן עטליכע מאל געפרעגט דעם דרייווער אויב ס'איז נישט קיין מקום מסוכן, אבער ער האט מיר נישט געוואלט ענטפערן. ער איז קענטיג אויך געווען דערשראקן. ענדליך האט זיך דער מיני באס וואס האט אונז בלאקירט אוועקגעפארן, און מיר זענען ווייטער געפארן פאמעליך ביז מיר האבן זיך ארויסדערזען פון דעם קלאפאטע, און לייכטער אפגעאטעמט.
בשעת מעשה האבן מיר געזען גאר אסאך שטארק רעליגיעזע אראבערס מיט זייער טראדיציאנאלע מוסולאמענישע טראגע און מיט פולע בערד, טייל מיט אויפגערייצטע פענימער אזש ס'האט זיך אונז גארנישט פארגליסט ארויסצוקוקען פון פענסטער. דער דרייווער קוקענדיג אויף די חיות בצורות אדם האט זיך געהאלטן אין איין אונטערמורמלען: "זה הם רעים מאוד"... מער האט מיר נישט אויסגעפעלט!
די אנדערע מיטרייזענדע זענען כאטש געזעצן פון אונטען און זענען געווען פארדעקט אונטער א פורהאנג, אבער איך, בין געזיצן ווי א שיינער איד פון פארענט און זיך באגעגנט מיט זייערער טיפ-האסיגע שפיזיגע בליקן, אז ס'איז ממש געווען שרעקליך, כ'האב פשוט געשוויצט פאר פחד ואימה. אבער אלעס ענדיגט זיך אמאל...
כ'האב בשעת מעשה גראדע יא באמערקט איין אינטערעסאנטע זאך אז נעבן שער שכם איז אנגעבליך דער "מערת צדקיהו", וואו דער לעצטער מלך יהודה צדקיהו איז אנטלאפן פון ירושלים און דערנאך געכאפט געווארן געווארן דורך די בבלי'שע סאלדאטן. (עי' רש"י יחזקאל פרק י"ב פסוק י"ג) צו דער מערה איז קראנט צו נישט האבך נישט מברר געווען. אבער פארט האב איך געקענט מסיח דעת זיין פונעם טויט שרעק וואס איז אונז באפאלן.
ווי נאר מיר זענען ענדליך פטור געווארן פון די קאשמארישע מאמענטן, זענען מיר געפארן קיין אלט שטאט, אריינגעפארן דורך שער יפו און צוגעפארן ביז צום "רובע היהודי", וואו מיר האבן באצאלט דעם טעקסי און דארט אויסגעשטיגן.

אלזא איך ראט מ'זאל טאקע אויסמיידן אזעלכע קאשמארן און נישט פארן צום הר הזתים אום פרייטאג, כאטש עס שטייט סגולות צו זיין ביים ציון פון אור החיים הק' ערב שבת קודש, אבער אין אלט שטאדט קען מען רואיג שפאצירן, אריינפארנדיג דורך שער יפו אדער שער ציון.
אוועטאר
Sprint
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sprint »

מירונער האט געשריבן: אלזא איך ראט מ'זאל טאקע אויסמיידן אזעלכע קאשמארן און נישט פארן צום הר הזתים אום פרייטאג, כאטש עס שטייט סגולות צו זיין ביים ציון פון אור החיים הק' ערב שבת קודש, אבער אין אלט שטאדט קען מען רואיג שפאצירן, אריינפארנדיג דורך שער יפו אדער שער ציון.



איך קום קיין א"י מיטוואך
דער פלאן איז געווען צו זיין גאנטץ דאנערשטאג אין מירון
און פרייטאג אויף הר הזתים א גוטע 2 שעה
און מוצ"ש אהיים - אבער מה עשה הקב"ה איך האב נישט געקענט טרעפען א פלייט צריק ביז זינטאג

אכן נודע הדבר
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

די אמעריקאנע קאנסול ווארנט נישט צו גיין אין אלט שטאט געגנט פרייטאג. משום סכנה.

ווי מעג א איד גיין אין א מקום סכנה?
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

מוסדות קבר רחל שטעלט צו א באס צו קבר רחל דריי (אדער פיר) מאל א טאג פאר 10 שקל מען איז דארטען בערך 40 מעניט דער נומבער און א"י 1800-800-683
אוועטאר
Sprint
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sprint »

קען מען פארקען די קאר לעבען די כותל??
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

Sprint האט געשריבן: קען מען פארקען די קאר לעבען די כותל??


ניין, נישט ממש לעבן, ווייל עס איז דארט סעקיוריטי דורך צוגיין, עס איז אבער דא א פארקינג ארויפציר...

נ.ב. איך גיי נישט צום כותל.
שויתי השם לנגדי תמיד
ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ohrchodosh »

מיר האבן היינט פרובירט צו גיין צו הר הזיתים פאלגענדיג דיGPS, עס איז געווען יענע שרעק, איך מיין אז עס איז נישט כדי צו גיין אליינס
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

דער מצב אין די געגנט דארט איז זייער מסוכן, געט אכטונג!!!

חמירא סכנתא מאיסורא:!::!::!:
שויתי השם לנגדי תמיד
שרייב תגובה

צוריק צו “ארץ ישראל”