רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

קערעסטירער-הויף
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 11:47 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קערעסטירער-הויף »

גליון קערעסטירער הויף פר' תזו"מ - 194
גליון מיוחד לכבוד היארצייט ג' אייר תשפ"ג של כ"ק אדמו"ר ר' ישעי'לע זי"ע

https://drive.google.com/file/d/1TPr5Sb ... share_link
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

עפעס נישט נארמאל די מעשה, א געטריפעלטע מופת. https://ahblicklive.com/post.php?u_id=Y ... qauRx1JADN

כ'וואלט זייער געוואלט ווייזן די מעשה אין סליידס ביי מלוה דמלכה מוצאי שבת ביי די סיפורי צדיקים. איך דארף עס דאונלאודען און טוישן צו סליידס.
האט איינער די קליפ? אדער ווייסט איינער ווי כ'קען דאס דאונלאודן?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
יאקיש בער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2023 5:55 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאקיש בער »

[url] [/url]
פאראויס האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 7:23 am
עפעס נישט נארמאל די מעשה, א געטריפעלטע מופת. https://ahblicklive.com/post.php?u_id=Y ... qauRx1JADN

כ'וואלט זייער געוואלט ווייזן די מעשה אין סליידס ביי מלוה דמלכה מוצאי שבת ביי די סיפורי צדיקים. איך דארף עס דאונלאודען און טוישן צו סליידס.
האט איינער די קליפ? אדער ווייסט איינער ווי כ'קען דאס דאונלאודן?
https://drive.google.com/file/d/1o55WKw ... share_link
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5363
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

מורא'דיג!!
באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

איך האב פונקט יעצט געזעהן צום סוף פונעם ספר 'צבא רב', פון רבי צבי הירש בערלין, תרס"ח, אין די פרענומעראנטן, ווערט געברענגט רבינו הקדוש, מיטן לעצטען נאמען 'שטיין', נישט שטיינער, האט זיך די נאמען געטוישט במשך די יאהרען?
רבי ישעיה בן רבי משה.PNG
רבי ישעיה בן רבי משה.PNG (4.85 KiB) געזען 2152 מאל
אוועטאר
שמואל כהנא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 11, 2022 1:28 pm
לאקאציע:ארץ אשר עיני השם אלוקיך בה

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל כהנא »

באר רחובות האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 7:51 am
איך האב פונקט יעצט געזעהן צום סוף פונעם ספר 'צבא רב', פון רבי צבי הירש בערלין, תרס"ח, אין די פרענומעראנטן, ווערט געברענגט רבינו הקדוש, מיטן לעצטען נאמען 'שטיין', נישט שטיינער, האט זיך די נאמען געטוישט במשך די יאהרען?

רבי ישעיה בן רבי משה.PNG
אויב ספעלט ער נישט גוט קערעסטיר האט ער אויך געמאכט א טעות מיט נאמען
להמשיך פעולת צדיק
העלפט אוועקשטעלן א יסוד איתן פאר מערכת תורת אש קרעטשניף סיגוט
צו קענען ארויסגעבן תורת רבותינו הק' זי"ע ויבבלחט"א כ"ק מרן רבינו שליט"א
אוועטאר
לאנגער שטעקן
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 16, 2023 5:54 pm
לאקאציע:צווישן קאסוב און וויזשניץ...

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגער שטעקן »

יאקיש בער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 7:37 am
[url] [/url]
פאראויס האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 7:23 am
עפעס נישט נארמאל די מעשה, א געטריפעלטע מופת. https://ahblicklive.com/post.php?u_id=Y ... qauRx1JADN

כ'וואלט זייער געוואלט ווייזן די מעשה אין סליידס ביי מלוה דמלכה מוצאי שבת ביי די סיפורי צדיקים. איך דארף עס דאונלאודען און טוישן צו סליידס.
האט איינער די קליפ? אדער ווייסט איינער ווי כ'קען דאס דאונלאודן?
https://drive.google.com/file/d/1o55WKw ... share_link
WOW!!!!!!!!!!!!!!
נישטא קיין ווערטער!!
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6024
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

פאראויס האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 7:23 am
עפעס נישט נארמאל די מעשה, א געטריפעלטע מופת. https://ahblicklive.com/post.php?u_id=Y ... qauRx1JADN

כ'וואלט זייער געוואלט ווייזן די מעשה אין סליידס ביי מלוה דמלכה מוצאי שבת ביי די סיפורי צדיקים. איך דארף עס דאונלאודען און טוישן צו סליידס.
האט איינער די קליפ? אדער ווייסט איינער ווי כ'קען דאס דאונלאודן?
זעה איך דא אז מיט עטליכע יאר צוריק האט קול מבשר געהאט א אינטערוויו מיט אים.
צולייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 06, 2011 6:00 pm
קול מבשר האט היינט ארויפגעלייגט א אינטערוויא מיט א איד פון ב"פ ר' לוי יצחק בערקאוויטש שליט"א, א בעל-שמסקע מעשה פון ר' ישעי' לע בימינו אלה
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

משה הירש
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 1:39 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הירש »

קען זיין טעות הדפוס אדער חסרון ידיעה
באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

משה הירש האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 4:06 pm
קען זיין טעות הדפוס אדער חסרון ידיעה
אקעי, איך האב נאר געוואלט הערן פון די מבינים, צו יש דברים בגו. ש׳כוח.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

די מעשה איז איין זאך, אבער די שפראך, טאטע זיסער דער איד דערמאנט מיך וויאזוי מיינע זיידעס אין פישפיקלאדיין האבן גערעדט, וואו נעמט זיך צו א איד בתשפ"ג אזא פארצייטישע אויסשפראך וואס פאסט אריין אין תרפ"ג ענדערש, אהה מתוק
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

לאנגער שטעקן האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 2:13 pm
יאקיש בער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 7:37 am
[url] [/url]
פאראויס האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 7:23 am
עפעס נישט נארמאל די מעשה, א געטריפעלטע מופת. https://ahblicklive.com/post.php?u_id=Y ... qauRx1JADN

כ'וואלט זייער געוואלט ווייזן די מעשה אין סליידס ביי מלוה דמלכה מוצאי שבת ביי די סיפורי צדיקים. איך דארף עס דאונלאודען און טוישן צו סליידס.
האט איינער די קליפ? אדער ווייסט איינער ווי כ'קען דאס דאונלאודן?
https://drive.google.com/file/d/1o55WKw ... share_link
WOW!!!!!!!!!!!!!!
נישטא קיין ווערטער!!
געמאכט דערפון א סלייד עס צו קענען ווייזן אינדערהיים ביי מלוה מלכה:
https://drive.google.com/file/d/1FwzqUV ... share_link

געמאכט פון די ווידיאו א סלייד אין מינוטן דורך: viewtopic.php?p=4020538#p4020538
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אדם הראשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם הראשון »

לכבוד די יארצייט לייג איך איבער דא א מאדענע סצענע וואס האט זיך אפגעשפילט פארגאנגענע יאר זוממער, ווי א הויז איז פארברענט געווארן, אלעס חוץ? זעהט:
https://ahblicklive.com/post.php?id=17067&archive=1
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10067
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

אויף איבעי פון יאר תר"ץ
חסיד וואס וואונט אין מעין א שטאט אין אמעריקע
אטעטשמענטס
19304.jpg
19304.jpg (337.01 KiB) געזען 1628 מאל
19303.jpg
19303.jpg (344.76 KiB) געזען 1628 מאל
19301.png
19301.png (385.52 KiB) געזען 1628 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10067
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

נאך א שטיקל
אטעטשמענטס
19305.jpg
19305.jpg (279.94 KiB) געזען 1626 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10067
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

באקומען פון א ידיד
היינט ביי ספירת העומר האב איך באמערקט א פלא'דיגע זאך, אינטערעסאנט אויב איינער האט דאס שוין אויסגעטראפן פאר מיר:
וואס איז די ראשי תיבות פון היינטיגן ספירה ג' אייר?
ה'יום ש'מונה ע'שר י'ום ש'הם ש'ני ש'בועות ו'ארבעה י'מים ל'עומר
ראשי תיבות ישעיה"ו מיט א ל' - ווי מ'האט איהם גערופן בלשון חיבה: רבי ישעיה'לע.
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

IMG-20230423-WA0269.jpg
IMG-20230423-WA0269.jpg (226.73 KiB) געזען 1414 מאל
הרבנית מלכה גרויס בביה"ח ק"י
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע, (שטיינער), מקערעסטיר.

איז געבוירן אין שטאט זבארוב, בשנת תרי"א.
צו זיין טאטע הרה"ח רבי משה שטיינער זי"ע.
און צו זיין מאמע הצדקת מרת הענטשא מרים ע"ה.

מען האט דעם קינד א נאמען געגעבן ישעי׳ נאכן זיידן הרה"ח רבי ישעי׳ זיגעלמאן זי"ע.

ט"ז שבט תרי"ד איז די טאטע רבי משה ליידער נפטר געווארן און איבער געלאזט דעם קליינעם ישעי'לע אלס יתום ביי די 3 יאר.

ער איז דאן נתחנך געווארן דורך זיין מאמע די צדקת מרת הענטשא מרים ע"ה וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר איר קינד, אפילו זייענדיג א ארעמע אלמנה האט זי געארבעט שווער צו אויפציען די שטוב פון 7 יתומים וואס די יונגסטער איז געווען ישעי'לע, און די מאמע האט אין די קינדער אריינגעלייגט אסאך ערליכקייט און תמימות.

דער קליינער ישעי' האט זיך אריינגעווארפן אין די תורה הקדושה מיטן גאנצן כח.
שוין אלס יונג קינד האבן די אידן פון זבארוב געזעהן אז דער קינד איז א קדוש וטהור און ווי ער גייט איז דא א ברכה, דאן פלעגן די אייגענטימער פון געשעפטן געבן געלט פאר די מאמע אז זי זאל ברענגען דעם קינד אין די געשעפט כדי די ברכה זאל קומען ביי זיי אין געשעפט.

ביי די 12 יאר האט די מאמע געזעהן אז פארן קינד וועט זיין א טובה אז ער וועט אוועק פארן לערנען.

דאן האט אים די מאמע געטראגן צו הרה"ק רבי צבי הירש אב"ד ליסקא בעל אך פרי תבואה זי"ע, וועלכע האט אים אריינגענומען צו זיך אין שטוב און מקרב געווען דעם קליינעם יתום און שוין דאן געזעהן אז דער קינד וועט אויפוואקסן א צדיק און האט אים אויפגעצויגען ביי זיך אין שטוב ווי א אייגען קינד ממש.

דארט און ליסקא האט דער בחור ישעי' געהארעוועט אויף תורה מיטן גאנצן כח און געשטיגען גאר שנעל, דער הייליגער רבי הערשעלע ליסקער האט אים דאן אויפגענומען אלס זיין פרעזענליכע משמש און ער האט דאן געהאט די זכי' צו זיין נאנט צו זיין הייליגען רבין רבי הערשעלע ליסקער זי"ע און אים געטריי באדינט פאר די קומענדיגע 10 יאר ביז צו די פטירה פון זיין רבין י"ד אב תרל"ד.

ווען די מאמע האט געהערט אז איר זוהן ישעי'לע איז געווארן א משמש האט דאס איר מורא'דיג געשטערט, איז זי געפארן קיין ליסקא צו רבי הערשעלע, ווען זי איז אריינגעקומען האט איר רבי הערשעלע אויפגענומען און געזאגט "אה, די חשוב'ע פרוי קומט, ישעי'ס מאמע איז דא".

ווען די מאמע האט געזאגט פאר רבי הערשעלע אז זי האט דעם קינד געשיקט דא כדי ער זאל לערנען און נישט אז ער זאל זיין א משמש, האט דער רבי הערשעלע געזאגט פאר די מאמע אז זי זאל נישט זיין באזארגט פאר איר קינד ווייל ער האט אים גענומען אונטער זיינע ארעמעס און דער זוהן וואקסט אין תורה און עבודת השם און זי וועט נאך זעהן אסאך אידיש נחת און וועט נאך שטאלצירן מיט אים.

די מאמע האט טאקע זוכה געווען צו א גליקליכן עלטער,
און זי איז נפטר געווארן י"ט סיון תרנ"ו אין טיפן עלטער פון 86 יאר ארומגענומען מיט א הערליך דור פון קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים.
זי איז באהאלטן געווארן אין שטאט זבארוב.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

דארט אין ליסקא איז זיין הייליג נאמען געווארן באוויסט און מען איז שוין דאן געקומען פאר ברכות און מענטשן האבן געזעהן ביי אים ישועות אפילו זייענדיג גאר יונג, אידן וואס האבן געהאט א חולה אין שטוב זענען צו אים געקומען און געגעבן געלט אז ער זאל מתפלל זיין פארן חולה, און אידן פלעגן אים באצאלן געלט אז ער זאל קומען אין די געשעפט כדי די ברכה זאל אריינקומען ביי זיי אין געשעפט.

ער האט זיך פראבירט צו באהאלטן אבער ווער עס האט געהאט אביסל שכל האט געזעהן אז ער האט א כח דקדושה.

רבי הערשעלע האט אים ממנה געווארן אז ער זאל טיילן די חלות שבת ביים טיש, און פלעגט זאגן בזה"ל, "ווען ישעי' טיילט בילקעס קומט אין זיי אריין א ברכה".

איין שבת איז א גרויסער עולם געקומען קיין ליסקא, און כדרכו בקודש האט רבי ישעי'לע געטיילט די בילקעס, ביי שלש סעודת בשעת ער האט געטיילט די חלות איז שוין געווען שפעט און די גבאים זענען געקומען זאגן פאר רבי הערשעלע אז מען זאל זיך שוין שטעלן דאווענען מנחה.

אבער רבי הערשעלע איז געשטאנען און באטראכט ווי רבי ישעי'לע טיילט חלות און זיך אנגערופען "איך שטיי און קוק ווי ישעי' טיילט גוט די בילקעס",
די גבאים האבן מיט וואונדער געפרעגט וואס איז דען דער חידוש, ער טיילט דאך די בילקעס יעדע וואך, האט זיך ר' הערעשלע אנגערופען "קוקט, די זאק איז ליידיג און ער טיילט ווייטער".

הערענדיג די ווערטער זענען די גבאים צוגעלאפן און א כאפ געטאן די זאק און צו זייער וואונדער איז עס טאקע געווען ליידיג, אבער וויבאלד זיי האבן דאס געטון האט זיך אפגעשטעלט די ברכה און ער האט אויפגעהערט טיילן.

ער איז געווען ביי זיין הייליגען רבי ר' הערשעלע ביזן פטירה, אייניגע מינוטן פאר די פטירה האט אים זיין רבי געזאגט בזה"ל, "ווען די וועסט דארפן חתונה האבן, זאלסטו פארן צו די שטאט סאקמער".

ער פלעגט זיך אינטערשרייבן "הק' ישעי' בן מו"ה משה שהיה משמש בקודש אצל הרב הצדיק מליסקא זי"ע, ער פלעגט זאגן אז זיין גאנצע כח קומט נאר פון זיין רבין מליסקא.

ווי באקאנט האט ער געזאגט אז די סגולה פון טיילן ציקער פאר א רפואה קומט פון זיין רבי ר' הערשעלע ליסקער זי"ע.
ער האט געהאט ביי זיך אין שטוב א קעסטל פון ציקער פון זיין רבי און ווען א איד איז אריינגעקומען מזכיר זיין א חולה פלעגט ער געבן פון די ציקער און מען האט געזעהן גרויסע מופתים דורך די ציקער.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

גלייך נאך די פטירה פון זיין רבי איז ער געפארן קיין סאקמער, דארט האט ער זיך מדבק געווען אין הרה"ק ר' מרדכי מנדבורנא זי"ע, און רבי מרדכי'לע איז געווען שדכן ביי רבי ישעי'לע.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת שרה ע"ה,
בת מוה"ר יצחק יונה וויינשטאק ז"ל, בן מוה"ר ישראל חיים וויינשטאק מאוהעל ז"ל, בן מוה"ר יעקב ז"ל.

ביי די באווארפן פון רבי ישעי'לע וואס איז פארגעקומען ביי זיין רבין ר' מרדכי מנדבורנא זי"ע, האט רבי מרדכי'לע אים געזאגט בזה"ל, "דו האסט דאך נישט ווער ס'זאל דיר באווארפן, וועל איך דיר באווארפן מיט חסידים״.

נאך אפאר יאר און זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער איז די רעבעצין פון רבי ישעי'לע געגאנגען צום רבין רבי מרדכי מנדבורנא זי"ע, און געבעטען אז ער זאל זיי געבן א ברכה,
האט רבי מרדכי'לע געפרעגט "וואס קומסטו צו מיר, דיין ישעי' האט דאך א פרייען וועג אין הימל" האט די רעבעצין געזאגט פארן רבין, די ביסט דאך געווען אונזער שדכן, דערפאר ברויכסטו אונז באזארגען מיט א קינד.

ר' מרדכי'לע האט זיך פראבירט ארויס צו דרייען און געפרעגט קען איך דען מבטיח זיין.
די רעבעצין האט נישט נאך געלאזט ווייל זי האט געוויסט די כח פון ר' מרדכי'לע, און זי האט געזאגט איך בין דאך אויך א רעבעצין און איך קען די געשעפטן, זי האט זיך געשטעלט ביים טיר און געזאגט אז זי גייט נישט אוועק ביז די רבי זאגט איר צו א בן זכר אז זיי זאלן האבן א קדיש זאגער לאחר מאה ועשרים.

האט רבי מרדכי געגעבן א ברכה פארן רעבעצין אז זי וועט האבן א קדיש'ל, און האט צוגעלייגט "ווייסטו וואס, דאס וועט שוין זיין אויך פאר אים א קדיש'ל".
מען האט נישט גלייך פארשטאנען וואס די רבי האט געוואונטשען, אבער די ברכה פונעם צדיק איז מקיום געווארן און ביום י' שבט תרמ"ג זענען זיי געהאלפן געווארן מיט א קינד א צדיק אברהם וואס האט באלאכטען די וועלט.

לימיו האט מען פארשטאנען וואס די רבי האט געמיינט,
ווען די מאמע איז נפטר געווארן כ"ב תמוז תרפ"ב, און דריי יאר שפעטער ג' אייר תרפ"ה איז דער הייליגער רבי ישעי'לע נפטר געווארן, און דער זוהן רבי אברהם האט פאר זיי ביידע געזאגט קדיש.
ליידער האט דער רבי אברהם נישט מאריך ימים געווען און בשנת תרפ"ז צוויי יאר נאכן טאטן'ס פטירה איז רבי אברהם נסתלק געווארן, דאן האט מען געזעהן די כוונה פון די ברכה פון ר' מרדכי'לע.

אויך איז רבי ישעי'לע געווען א תלמיד פון הרה"ק מצאנז זי"ע וואס ווי באקאנט האט ער זייער מכבד געווען רבי ישעי'לע, ווען ער איז דארט געווען איין שבת ביים בענטשן האט דער צאנזער רב געזאגט "טוב עין הוא יבורך, ישעי' וועט בענטשן".

אויך ביים זאגן גוט שבת זענען דורך די אייניקליך ביים דברי חיים, און רבי ישעי'לע האט זיך אויך געשטעלט אין די רייע, און דער הייליגער צאנזער רב האט אים געבענטשט, און הרה"ק רבי ברוך'ל גארליצער זי"ע האט געזאגט אז דאן האט דער צאנזער רב אים מסמיך געווען אלס א רבי.

אויך איז ער איינמאל געווען ביים הייליגען צאנזער רב זי"ע און דער דברי חיים האט אים געבעטן אז ער דארף זייער וויכטיג האבן א גרויסע סכום געלט, רבי ישעי'לע נישט טראכענדיג קיין סאך האט ארויסגענומען פון טאש א גרויסע סכום געלט.
ווען דער צאנזער רב האט געפרעגט איז דאס אלס וואס די האסט, האט רבי ישעי'לע ארויסגענומען דאס גאנצע וואס ער האט געהאט אונעם אנדערן טאש ביז ער האט געגעבן פארן דברי חיים דאס גאנצע געלט וואס ער האט מיט זיך געהאט.

דער צאנזער רב זי"ע האט זייער מפליא געווען די מדות הצדקה וואס רבי ישעי'לע האט, און געזאגט די ווערטער,
"פאר ישעי'ס צדקה האט מען אין הימל אויך דרך ארץ".

נאך די חתונה האט אים זיין רבי ר' מרדכי מנדבורנא זי"ע מכתיר געווען אלס רבי אין ליסקא, דארט איז ער געווען אפאר יאר צוזאמען מיטן איידעם פון זיין רבי ר' הערשעלע מליסקא זי"ע.

אבער נאך אפאר יאר האט אים זיין רבי ר' מרדכי'לע זי"ע געהייסן אריבער גיין קיין קערעסטיר און דארט אויפשטעלן זיין עדה הקדושה, און געזאגט בזה"ל, "אפילו אויף דעם שפיץ בארג וועסטו האבן חסידים" און לפלא איז דער ציון פונעם צדיק טאקע אויף א בארג אין קערעסטיר.

זיין רבי האט זיך אסאך אינטערסירט אויף זיין תלמיד, יעדעס מאל עס איז געקומען א איד פון קערעסטיר מיט א קוויטל האט ער געהייסן צוריק פארן קיין קערעסטיר און געבן דעם קוויטל פאר רבי ישעי'לע, און ער פלעגט זאגן "ישעי' יש לו שביל מיוחד בשמים".

איינמאל איז א איד געקומען זיך מזכיר זיין ביי רבי מרדכי זי"ע האט ער דעם איד געפרעגט פון וועלכע שטאט ער קומט, האט דער איד געזאגט פון פאטיק, האט דער רבי געפרעגט איז דאס נישט נאנט צו קערעסטיר, האט דער איד געזאגט יא עס איז בערך 7 מייל פון קערעסטיר.

האט רבי מרדכי געזאגט פארן איד, נאדיר צוריק דעם קוויטל מיטן פדיון, און פאר קיין קערעסטיר צו רבי ישעי'לען, דארט וועסטו פויעל'ן, ווייל צוועלף מייל ארום קערעסטיר געהערן אלע געלטער פאר ר' ישעי'לען, דער חסיד איז טאקע געפארן קיין קערעסטיר און געהאט א ישועה.

דארט און קערעסטיר איז ער נספרסם געווארן אלס א גרויסע פועל ישועות און בעל מופת, טויזנטער אידן זענען געקומען צו אים פאר עצות און ישועות און ברכות.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

רבי מרדכי'לע זי"ע האט געזאגט אז די שליסל פון פרנסה ליגט ביי רבי ישעי'לע פון קערעסטיר.

הרה"ק רבי שלמה'קע מזוועהיל זי"ע, האט געזאגט.
"רבי ישי'לע איז געווען א בעל-הבית'ישער רבי",
און פונקט ווי ביים לעבן האט ער באלעבאטעוועט אויף דער וועלט, אזוי אויך ווען ער איז שוין אויף יענע וועלט באלעבאטעוועט ער ווייטער.

די תלמידים האבן געפרעגט זייער רבין הגה"צ רבי שמעון גרינפעלד בעל שו"ת מהרש"ג זי"ע, פארוואס ער פארט צו רבי ישעי'לע וואס איז נאך דאן נישט געווען מפורסם מיט זיין גדלות.

האט ער געזאגט פאר זיינע תלמידים אז ישעי׳ הנביא האט דעם רבי ישעי'לע שוין געמאכט פאר א רבי, און ער האט דאס מסביר געווען מיטן פסוק אין נביא ישעיה, "אל בני ישראל בשם ה', הלוא פרס לרעב לחמך, ועניים מרודים תביא בית, כי תראה ערום וכסיתו".
איז ווער עס איז מקיים די אלע זאכן איז די פסוק ווייטער ממשיך, "אז יבקע כשחר אורך והלך לפניך צדקך, אז תקרא וה' יענה, תשוע ויאמר הנני",
קומט אויס אז ישעי׳ הנביא האט שוין מסמיך געווען רבי ישעי'לע אלס א פועל ישועות.

הרה"ק בעל ייטב לב זי"ע,
האט אמאל געטיילט געלט פאר די אייניקלעך, האט איינע פון די אייניקלעך געזאגט פארן זיידן אז ער זאל אויך געבן פאר רבי ישי'לע.
האט דער ייטב לב געזאגט,
רבי ישע'לע ברויך נישט מיין געלט, ווייל ער איז אזוי ווי באראן ראטשילד וואס אפילו ראטשילד האט נישט מיט זיך קיין געלט האט ער אויף יעדן פלאץ א באנק וואס ער קען פון דארט נעמען געלט, די זעלבע איז מיט רבי ישעי'לע ער נעמט נישט מיט קיין געלט, אבער ווען ער ברויך געלט האט ער געלט.

ווי באקאנט האט דער צדיק רוב פון זיינע מופתים פראבירט צו באהאלטן אז מענטשן זאלן נישט וויסן, ער פלעגט זאגן פאר אידן וואס זענען געהאלפן געווארן אז מען זאל נישט פארציילן פאר קיינעם וועגן די מופת.
אויך האט ער אסאך באהאלטן די מופתים ווען ער פלעגט בעטן פון דעם איד אויסלייז געלט וואס ער האט דערנאך געגעבן פאר א צוועק און ווען דער איד איז געהאלפן געווארן האט ער דאס אנגעהאנגען אויף די מצוות צדקה וואס דער איד האט געטון.

אויך איז ער געווען מפורסם אלס א גרויסע בעל מכניס אורח און בעל צדקה שאין כדמתו, אפילו זייענדיג א גאון בתורה און א בקי בש"ס ופוסקים האט ער זיך ממש אוועק געגעבן פאר די געסט וואס זענען געקומען צו אים אין שטוב, ער האט אליין צוגעגערייט די שטוב פאר די געסט און פרעזענליך געגעבן צו עסן פאר די געסט.

אויך פלעגט ער טיילן אסאך געלט פאר ארימעלייט און צובראכענע אידן, און ווען ער האט נישט געהאט מער קיין געלט איז ער געגאנגען בארגען געלט כדי צו קענען געבן ווייטער צדקה, אויך האט ער אסאך יתומים און יתומות חתונה געמאכט.

אסאך צדיקי דורו זענען געקומען צו אים און געזאגט אויף אים גרויסע זאכן פון זיין קדושה און פרישות.
הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע האט נאכגעזאגט פון צדיקים אז אויפן צורה פון רבי ישעי'לע האט מען דערקענט אז ער האט קיינמאל נישט פוגם געווען.

אויך איז דער צדיק מיט זיין גרויס קדושה געווען אויסגעטון פון אלע גשמיות'דיגע פארגעניגנס פון די וועלט,
און כמעט גארנישט הנאה געהאט פון דער וועלט, און טראץ וואס ער איז אייביג געווען באשעפטיגט צו אנגרייטן גרויסע סעודות פאר די געסט און געמאכט זיכער אז יעדער האט גענוג עסן און געטיילט גאר גרויסע פראציעס, האט ער פאר זיך אליין זיך אלעמאל באגנוגט מיט ווייניג.

ראש השנה פאר תקיעות שופר פלעגט ער אליין שטיין אין ביהמ"ד און געשניטן די מזונות פאר אידן, און ווען מען פלעגט אים פרעגן פארוואס ער טוט דאס אליין,
פלעגט ער זאגן, צדיקים זענען עוסק און רזין דרזין, איך בין עוסק און "לשובע ולא לרזון".
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

זיין גדלות בתורה איז געווען אויסטערליש גרויס, ער איז געווען א בקי בש"ס ופוסקים און געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה, אבער ער האט דאס באהאלטן פון אלע ארימיגע.

די גאנצע טאג איז ער געווען פארנומען מיטן געבן עסן פאר די געסט וואס זענען געקומען צו אים,
אבער ביינאכט ווען יעדער איז אהיים, איז דער צדיק געזעצען און געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה.

אפילו זיינע נאנטע משפחה האבן נישט געוויסט זיין גדלות בתורה, פארציילט מען אז איין נאכט זענען זיינע איידעמער געזעצען און געלערנט און זיי האבן געהאט א שווערע סוגיא און זיי האבן זיך נישט געקענט א עצה געבן.

איז רבי ישעי'לע דורך און געהערט ווי זיי פלאגן זיך האט ער זיי געפרעגט וואס גייט פאר, אבער זיי האבן דאך נישט געוויסט אז דער רבי ישעי'לע קען לערנען, אבער ער האט זיי געבעטן זיי זאלן אים זאגן,
האבן זיי אים געזאגט,
האט זיך רבי ישעי'לע אנגערופען קוקט אריין און דעם תוספות און יענעם מסכת און ער איז זיך געגאנגען, ולפלא האבן זיי דארט אריינגעקוקט און זיי האבן געזעהן אז רבי ישעי'לע איז גערעכט.

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער.
בנו יחידו הרה"ק רבי אברהם מקערעסטיר זי"ע, ממלא מקומו בקערעסטיר,
חתנו, הרה"ק רבי שמואל גרויס אב"ד קראלי זי"ע,
חתנו, הרה"ק רבי ראובן חיים קליין אב"ד סינונא זי"ע,
חתנו, הרה"ק רבי ישראל אברהם אלטר לאנדא אב"ד עדעלין זי"ע.

דער זוהן רבי אברהם האט געהאט די 3 טעכטער,
חתנו, וממלא מקומו הרה"ק רבי מאיר יוסף רובין זי"ע, הי"ד,
חתנו, הרה"ק רבי נפתלי גרוס בערבעשט זי"ע,
חתנו, הרה"ק רבי מנחם מענדל כהנא אב"ד הומנא זי"ע, הי"ד.

נאך פסח בשנת תרפ"ה איז ער געווען גאר שוואך אבער ער האט געבעטען אז ער וויל פארן כ"ה ניסן צום יארצייט פונעם הייליגען דברי חיים זי"ע,
די שטוב מענטשן האבן אים זייער מפציר געווען נישט צו פארן צוליב זיין מצב, אבער ער האט געזאגט אז ער מיז פארן.

מען איז טאקע געפארן און ער איז געווען ביים יארצייט,
אויפן וועג צוריק האט מען זיך אפגעשטעלט אין שטאט פרעשוב, און דארט איז די מצב געווארן ערגער און די שטוב מענטשן האבן אים שנעל אהיים געברענגט קיין קערעסטיר.

אין אלע שטעט ארום קערעסטיר האט מען איינגעריסען פארן צדיק הדור און געבעטן פאר זיין רפואה.

שבת קודש ר"ח אייר תרפ"ה האט ער נאך געפירט טיש,
ביי די פיש האט ער געהייסן זיין בנו יחידו הרה"ק רבי אברהם זי"ע זאל טיילן די פיש און די תלמידים און חסידים האבן פון דעם פארשטאנען אז ער האט מיט דעם מסמיך געווען דעם זוהן אלס ממלא מקום.
זונטאג ביינאכט איז ער שוין געווען גאר שוואך און ער האט געלאזט רופן זיין אייניקל הרה"ק רבי מאיר יוסף רובין זי"ע, א איידעם ביי רבי אברהם און אים געהייסן זינגען דעם זמר יום זה מכובד, ווען ער האט געפרעגט דעם זיידן איז היינט שבת, האט רבי ישעי'לע געזאגט אז יא.
(דער טאג פון זיין פטירה איז ביי אים געווען גערעכנט ווי שבת).

אפאר טאג פאר די הסתלקות איז א פרוי געקומען צום רבין זיך מזכיר זיין אז זי ברויך א ישועה פאר פרנסה, האט די רבי געזאגט אז די קומענדיגע מאנטאג גייען זיין אסאך אורחים דא אין קערעסטיר און זיי וועלן נישט האבן וואס צו עסן, דערפאר גרייט אן אסאך עסן און בזכות דעם וועסטו האבן א ישועה.

כך הוה די קומענדיגע מאנטאג איז געווען די לוי' פונעם רבין ר' ישעי'לע און טויזנטער אידן זענען געקומען מיטהאלטן דעם לוי' און די פרוי האט טאקע אנגעגרייט אסאך עסן און זי איז געהאלפן געווארן מיט פרנסה.

נסתלק לגנזי מרומים ג' אייר תרפ"ה.
ומנוחתו כבוד איז אויפן בארג אין קערעסטיר.

פאר די לוי' האבן די משמשים בקודש אראפגעלייגט צווי פעסער אויפן גאס און געזאגט אז די לוי' וועט נישט פארקומען ביז מען באצאלט אלע חובות וואס די רבי האט איבער געלאזט פון זיינע אלע מעשים טובים פאר אידישע קינדער וואס ער האט אסאך געבארגט בחייו.

מען זאגט אז גאר שנעל האט מען דעם סכום צאמגעשטעלט ווייל טויזנטער מענטשן זענען געקומען צום לוי' צו אפגעבן דעם לעצטן כבוד פארן צדיק הדור און גרויסן בעל מופת וואס האט אויף זיך געטראגען און ארויסגעהאלפן אזויפיל אידן.

דעם ציון פון רבי ישעי'לע איז גלייך נאכן פטירה שוין געווען א מקום ווי אידן זענען געקומען פאר ישועות און מען האט געזעהן ביי דעם ציון גרויסע מופתים.
עד היום איז דער פלאץ א תל תלפיות ווי טויזנטער אידן קומען דארט א גאנץ יאר און ספעציעל ביים יארצייט מיט צעריסענע הערצער און מען גייט אהיים מיט זעק פון ישועות.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1212
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

זי׳ע. יש׳כ מרגלא זייער א שיינער ארבעט !!!
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

א גרויסן יישר כח!
נאר אפאר הארות, פון וויפיל איך געדענק.
מרגלא בפומיה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 12:23 am

נאך אפאר יאר און זיי האבן נישט געהאט קיין זוהן קינדער (טעכטער האבן זיי יא געהאט) איז די רעבעצין פון רבי ישעי'לע געגאנגען צום רבין רבי מרדכי מנדבורנא זי"ע, און געבעטען אז ער זאל זיי געבן א ברכה,
האט רבי מרדכי'לע געפרעגט "וואס קומסטו צו מיר, דיין ישעי' האט דאך א פרייען וועג אין הימל" האט די רעבעצין געזאגט פארן רבין, די ביסט דאך געווען אונזער שדכן, דערפאר ברויכסטו אונז באזארגען מיט א קינד.
מרגלא בפומיה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 12:24 am
רבי מרדכי'לע זי"ע האט געזאגט אז די שליסל פון פרנסה ליגט ביי רבי ישעי'לע פון קערעסטיר. - מיר ווייסן דאס בשם הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע


די תלמידים האבן געפרעגט זייער רבין הגה"צ רבי שמעון גרינפעלד בעל שו"ת מהרש"ג זי"ע, פארוואס ער פארט צו רבי ישעי'לע וואס איז נאך דאן נישט געווען מפורסם מיט זיין גדלות.

האט ער געזאגט פאר זיינע תלמידים אז ישעי׳ הנביא האט דעם רבי ישעי'לע שוין געמאכט פאר א רבי, און ער האט דאס מסביר געווען מיטן פסוק אין נביא ישעיה, "אל בני ישראל בשם ה', הלוא פרס לרעב לחמך, ועניים מרודים תביא בית, כי תראה ערום וכסיתו".
איז ווער עס איז מקיים די אלע זאכן איז די פסוק ווייטער ממשיך, "אז יבקע כשחר אורך והלך לפניך צדקך, אז תקרא וה' יענה, תשוע ויאמר הנני",
קומט אויס אז ישעי׳ הנביא האט שוין מסמיך געווען רבי ישעי'לע אלס א פועל ישועות.
אזוי אויך איז דער ’מהרש"ג’ געזעסן אמאל אויפן באן ווען א איד וועלכע האט געוואלט אז דער גאון זאל עפעס זאגן נישט גוט אויף רבינו רבי ישעיהל’ע, און אים בארעדט זאגנדיג אז ער קען נישט לערנען וכו פארוואס איז ער א רבי וכו,
האט אים דער מהרש"ג גע’ענטפערט ’על שלושה דברים העולם עומד וכ"ו, א דריטל וועלט שטייט טאקע על התורה, אבער אויך על העבודה, דאס מיינט אז א דריטל וועלט שטייט בזכות רבי ישעיהל’ע’

ראש השנה פאר תקיעות שופר פלעגט ער אליין שטיין אין ביהמ"ד און געשניטן די מזונות פאר אידן, און ווען מען פלעגט אים פרעגן פארוואס ער טוט דאס אליין,
פלעגט ער זאגן, ’צדיקים זענען עוסק און רזין דרזין, איך בין און ישעיה איזעוסק און "לשובע ולא לרזון".’
מרגלא בפומיה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 12:24 am

אפאר טאג פאר די הסתלקות איז א פרוי געקומען צום רבין זיך מזכיר זיין אז זי ברויך א ישועה פאר פרנסה, האט די רבי געזאגט אז די קומענדיגע מאנטאג גייען זיין אסאך אורחים דא אין קערעסטיר און זיי וועלן נישט האבן וואס צו עסן, דערפאר גרייט אן אסאך עסן און בזכות דעם וועסטו האבן א ישועה.

כך הוה די קומענדיגע מאנטאג (איך האב געהערט אז ס’האט גענומען עטליכע טעג ביז מיטוואך - צו צאמשטעלן דאס געלט, און דעמאלס איז געווען די לויה.) איז געווען די לוי' פונעם רבין ר' ישעי'לע און טויזנטער אידן זענען געקומען מיטהאלטן דעם לוי' און די פרוי האט טאקע אנגעגרייט אסאך עסן - זי האט זיך געבעטן ביי די מלווים מ’זאל אריין קומען ’טועם זיין’ ווייל דער צדיק האט איהר צו געזאגט אז זי וועט האבן א ישועה אויב די יודן וועלן עסן... -און זי איז געהאלפן געווארן מיט פרנסה.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
כמו”כ אמר הרה"ק רבי מרדכי'לע זי"ע בשבת עליה לתורה של רבינו:
”רברביא - די גאר גרויסע רעבעס
עם זעריא - מיט די קלענערע רעבעס
טפלא - אויך די גאר קליינע רעבעס
ונשיא - ”און ישעיה” איז אויך א רבי
אבער ישעיה (איז ?) ’מלכא דעלמא’”
כך מקובלנו מזקן אחד ששמע עוד ’אינדערהיים’ (ולא כפי שאומרים כהיום...)
זי"ע
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”