Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק
פאסט טרעגער האט געשריבן: דורכברוך אויפן בי קיו אי איסט באוינד....
א אינטערסאנטע טויש - האפענטליך צום גוטן - האב איך אויפגעפאסט ווען איך בין געפארן היינט אויפן בי קיו אי וויליאמסבורג באוינד
איך בין געפארן אויפען גאוואנעס עקפרעסוועי אויפען דריטען לעין פון רעכטס - כדרכי וכן היו נוהגים חסידים ואנשי מעשה בדורות האחרונים כידיע ליודעי ח''ן - דארט ווי עס איז דא די באקאנטע פרשת דרכים ווי עס ווערט צוטיילט די לינקע צוויי לעינס - וואס פארן אריין און די יודזש על קערי טונעל - און די רעכטע צוויי לעינס וואס פארן אריין אונעם בי קיו אי אויפן וועג קיין וויליאמסבורג
איך האלט א אויג אויפן ראויד צו זעהן ווי עס זענען די צוויי סאליד ווייסע ליינס וואס צושיידען די צוויי וועגן - וואס סוף פון די ליינס פלעגן מיר זיך געווענדליך אריינרוקען אונעם צווייטען לעין פון רעכטס כמקובל לנו - והילד איננו
די שטאטישע טאטעס האבן איינגעזען צו מאכען אינזער אויסגעטרעטענע שארטקאט פאר א אפיציעלע וועג
פון היינט און ווייטער קען מען דורך די רעכטע דריי לעינס אנקומען צום בי קיו אי.....
בלייבט נאר איבער צו זעהן ווען די חברה וועלן כאפן אז מען קען מאכן די ברייטע שאוילדערס נאכן עטלענטיק עוו עקזיט פאר א אפישעל לעין.....
די סאמע רעכסטע לעין איז דער עקזיט-26 ליניע צו העמילטאן עוו קיין רעד-הוק. די סאמע לינקסטע ליניע גייט דירעקט צום טונעל. די מיטעלסטע 2 ליניעס זענען געריכטעט צום בק"א, אבער די לינקע דערפון גייט אויך צום טונעל.
איך האב באמערקט אז זיי האבן געלייגט נייע סיינס לעצטענס, אבער טיפיקל ניו יארק סיטי עס תיכף באדעקט געוויסע ערראוס.. איך האב זיך געווינדערט דערויף. היצט גייען זיי נאך עטליכע מאל אפשפארן דעם הייוועי פאר שעות צו קענען אראפנעמען די סטיקערס..
למעשה מאכט עס שוין אביסל מער סענץ.
נאט אייך א גרינע...