איך האב געמיינט אז ווען איך גיי טוישן מיין אוועטר וועל איך געוואר ווערן
זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין.(מיכאל)
איך האב געמיינט אז ווען איך גיי טוישן מיין אוועטר וועל איך געוואר ווערן
דארפסט טוישן דיין חתימה אויך...
אהא, איך מעג אפשר אויך טוישן מיין חתימה?
אויב איר זענט פון די באערדע מעגט איר עס טוישן...

און וואס זאל איך טון אז מ'לאזט מיר נישט?
זייער מאדנע...
זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין.(מיכאל)
איך וועל זאגן זייער אפן און קלאר, איך בין גוט מיט געוויסע אין די העכערע ווינדאוס און איך מיין ממש דעם שפיץ פון די שפיצלעך.
אזוי ווי איך בין גוט מיט מיין שכן וואס איז גוט מיט די הלצה מעמבער אין שטאט וואס האט די מערסטע בליצערס ( ווייסט וועם כ'מיין ) קען איך פון מאל צומאל באקומען ווי מען זאגט אינסייד אינפארמאציע, פארשטענדליך אז זאכן וואס איז טאפ סיקרעט וועט מען פון זיי נישט ארויסבאקומען, קענסט גיין שיילן נעגל אין מקווה אבער וועסט גארנישט ארויסבאקומען איינמאל עס גייט אריין אין די קלאסיפייד קאטעגאריע.
אלנפאלס בין איך געוואר געווארן אינסייד דיטעילס ווי אזוי די רעוואלוציע וועט זיך אנפאנגען.
איין זאך קען איך זאגן מיט א זיכערקייט אז פונעם בחצרות אשכול גייט זיך עס נישט אנפאנגען.
אלע מיינען אז עס גייט זיך אנהייבן פונעם בחצרות צווייגל אבער איך קען זאגן מיט א זיכערקייט ( כהאב דאך אינסייד אינפאו... ) אז טאקע דארט הייבט זיך עס נישט אן עס איז א בלויזע דורכזיכטיגע סטראטעגישע שפיל צו פארדרייען די שונאים.
אלזא איינמאל דאס איז געווארן ארויסגעזאגט קען מען זיך ריקן פאראויס, אלע ערווארטן שוין די לעצטע חדשים אז עס קומט א רעוואלוציע וואס זייט די רעוואלוציאנערן האבן אנגעהויבן רעוואלוציען האט זיך אזוי נאכנישט רעוואלוצירט עס קומט א רעוואלוציע וואס וועט זייט א רעוואלוציע פאר די קומענדיגע דורות הרעוואלוציאנערן אז זיי זאלן זיך לערנען וואס א סוקסעספול רעוואלוציע מיינט.
די לעצטיגע חדשים שיקן שוין די אויבערלענדישע און די אונטער ווישאווע עסקנים שווערע הילף פעקלעך צו קענען אנהייבן אין א מזל'דיגע שעה דעם אזוי לאנג ערווארטעטע רעוואלוציע מען האט נאר געוואלט אויסווארטן דעם בין הזמנים אז די ערד זאל זיין טריקענער און מער פרוכטבאר.
די הויכע ווינדאוס האבן געלאזט הערן אז די עיקר ציהל פון די רעוואלוציע איז צו אפהאקן דעם היימישע נייעס פארום פונעם על הצדיקים אשכול דאס ווייסן מיר אויף קראנטע הונדערט פראצענט, ממילא לאזט זיך שפעקולירן אז די רעוואלוציע וועט זיך אנפאנגען הארט נעבן אקטועלע און וועט פון דארט טיף אריינשניידן אין קרית יואלע ( וועכע?) און פון דארט וועט זיך עס שלענגלען ווי א גיפטיגע פראש צו די אונטערן שנירל און גיין מיט א שטורעם צום גזירת החינוך אשכול.
אדערווייל וועלן געשולטע זעלנער פונעם רויטן ארמיי אריינשניידן אין די פלאנקען פון דעם זכור ימות עולם חרדים זכרונות אשכול אין פון דארט קאנטער רעוואלוציאנערן צו די זיראנץ רוסישע נייעס אשכול און פארווישן די מאוסט פאפילער תגובה פון נקדימון איבער דעם רעוואלוציע אפענסיווע.
עכ"פ עס גייט נאך טיפער אין טיפער איך שרייב דא אין א בחינה פון מגאלע טפח ומחסה טפחיים און פאר די מבינים דבר מתוך דבר וועט אלעס זיין פארשטענדליך.
זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין.(מיכאל)