Re: אויב איז דא א רעוואלוציע??? וועלעכע טוישונגען / חידושים וואלסטו געוואלט זעהן?
וואלט געווען א שטארקע געדאנק צו קענען אליינס אריין געבן א ריקוועסט אריבער צופירן א תגובה צו די אשכול ווי עס באלאנגט א מעין דווח ווי צב''ש א קאמענטאר וואס האט אריין געוואנדערט בשגגת הכותב צו א בלויז נייעס אשכול, אנשטאט בלויז דווח'ענען זאל זיין אן אפציע צו אריבער פירן צו די ריכטיגע אשכול און די כותב זאל באקומען א נאטיפיקאציע ' ' ערעב איד, אייער תגובה איז געווארן אריבערגעפירט למקומה הראויה, מכאן ולהבא ביטע זיך האלטן צום קעפל''.
קעפל: אייוועלט רעוואלוציע - פיעטשער נאמבער 2!
הארזים האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 17, 2023 6:12 pmאיך וואלט געהאפט אויך א גאלערי, ווי מען קען זעהן אלע בילדער פון יעדע פארום,
למשל גייסט אריין צו נייעס, אדער אפילו גאר על הצדיקים אנשטאט צו זיכען א בילד צווישן אלע אשכולות, קענסטו אריינגיין ביי די גאלערי, און דארט זיכען, אזוי אויך קען מען זעהן דארט אלע פרישע בילדער וואס איז ארויף.
עפעס אזא געדאנק.