זיין טאטע איז געווען הגאון ר' הירש ברלין, אייניקלעך פון הג"ר ליב אבד"ק אמשטרדאם חתן החכם צבי ונכד הרבי ר' העשיל.
...
הג''ר שאול בן הג''ר ר' צבי הירש לעוונשטאם זצ''ל אב''ד לונדון ובערלין, אחי הג''ר שאול לעוונשטאם אב''ד אמשטרדם בעל בנין אריאל, בני הג''ר ארי' לייב (נישט אייניקלעך) אב''ד אמ''ד, בן הג''ר שאול אב''ד קראקא בן הג''ר העשיל אב''ד קראקא.
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
לענ"ד, די קראנטסטע מיינונג איבער שאול ברלין איז און תולדות ספרות בישראל באנד ה'
אגב, זיין טאטע הג"ר צבי הירש ברלין איז לעומת זה געווען א שארפע שונא פאר די גאנצע מענלזאהן באוועגונג, על אף וואס אין בערלין בימים ההם, האט מענדלזאהן געהאט א גוטע נאמען כלפי די אנדערע דארט, ווי וויזל וסייעתו, זיי האבען אים נאך אפילו דערקוטשעט איבער זיין פרומקייט, אפילו דער יעב"ץ האט געהאט גוטע באציאונגען מיט רמ"ד, אין א תשובה אין שאילת יעבץ צו רמ"ד הייבט ער אן מיט א מליצה "למשכיל שיר ידידות", נאר סוף ימיו האט ער זיך צוקריגט מיט אים בנוגע די שאלה פון הלנת מתים אין וויען, ווען דער יעב"ץ האט געבעטן מענלזאהן פאר שתדלנות, און ער האט אנשטאט, צוריקגעשיקט א בירור להלכה צו מינומיזירן חומר הענין, נאר זעהט אויס אז מהר"ץ ברלין האט, זייענדיג מהקרובים אל החלל, קלארער געזען פון פריער דאס וואס שפעטער האבן געהאלטן כמעט אלע גדולי ישראל.
אין אלף כתב ברענגט ער א מעשה אז פאר איינעם איז אונטערגעקומען א יבמה וואס דער מאן (ד"ה דער ברודער פונעם יבם) איז געווען פון תלמידי רמ"ד און ער האט געוואלט מייבם זיין, נישט חולץ זיין, האט ר' הירש נישט געלאזט, ער האט געזאגט אז א תלמיד פון מבמ"ן איז חשוד אויף פריצות בג"ע, איז קען זיין אז ער האט ערגעץ ווי א פסול'ן קינד, און וויבאלד די הלכה איז אז עיין עליו בין כשר ובין פסול, איז דא א חשש איסור כרת פון אשת אח שלא במקום מצוה, די מעשה זעהט אויס קראנט ווייל דער מהר"ץ חיות אין זיינע הגהות (כ"ב ע"ב) ברענגט ער דעם טעם בשם הגאון מהר"צ הנ"ל, אן די מעשה, נאר בכלל פארוואס איז מען כהיום חולץ במקום יבום, וועגן בזמן האחרון דלא אכשר דרא וכו' וכו'
מענדלסאהן האט געהאט א קנאפע שייכות מיטן יעב"ץ, זיי האבן זיך בלויז געשריבן, אנגעהויבן דורך די אויבנדערמאנטע מעשה פון הלנת המת. אגב, וואלט מיר אינטערעסאנט געווען אויב איר קענט צוברענגען א מ"מ אין שאילת יעב"ץ א תשובה צו מענדעלסאהן, לפי ידיעתי איז די אלע בריוון געדרוקט געווארן בלויז דורך די משכילים. קוק דאviewtopic.php?p=414851#p414851
לפי ידיעתי איז מענדלסאהן געווען א תלמיד פון יעב"ץ. ער האט אים נישט געוואלט געבען סמיכה ווייל ער איז נאך א בחור. א צוויי דריי בריוו פון יעב"ץ צו אים איז געווען געדרוקט און עפעס א קובץ בערך שנת תש"ז און דארטען רופט ער אים אן תלמידי. אזוי געדענק איך
אודות מלחמת הר"ר צה"ב נגד רמ"ד קוק תולדות הספרות בישראל באנד ה', חסידות והשכלה.
די תשובה פון יעב"ץ איז ח"ב סי' קנ"ה.
Spusmn
אז ער איז געווען א תלמיד פונעם יעב"ץ, ווייס איך נאר פון די א.ד. תשובה, אין די שאלה שרייבט זיך מבמ"ן אלס א תלמיד, אבער אין תשובה שרייבט יעב"ץ גאר שיינע טיטול'ן אבער נישט תלמידי.
מגיד, מיר דאכט זיך אז און די בריוו וואס איך האב אמאל געזעהן זאגט ער אים פארוואס ער וויל אים נישט געבען סמיכה, ער מוסר'ט אים א ביסעל אויס. קען זיין אז דער קובץ שרייבט אז ער איז א תלמיד און איך האב עס שוין אריין געליינט אונעם בריוו. אפשר האב איך עס געזעהן און "רשימות"? ו
איך האב יעצט אריינגעקלערט, אפשר פארטויש איך דער יעב"ץ מיט דער ר"ר יונתן
א גרויסע שכוח פארן מראה מקום. דו ווייסט אויב דאס איז די איינציגסטע פלאץ ווי די עמדין שרייבט זיך מיט רמ"ד אין "זיינע" ספרים? (די אנדערע זענען נישט אזוי מוסמך כאשר כתבתי בתגובה שציינתי לעיל).
די לשון אדמו"ר און תלמידו איז נישט קיין גרויסע ראי' ווייל עס קען זיין אז עס איז מחמת דרך ארץ, אבער א שטארקע הערה און מקום לעיין איז דאס זיכער.
די בריוו איז אנהייב תק"ל, פון דעם זעה איך אז זיי האבן זיך שוין געשריבן נאך פאר די מעשה מיט די הלנת המתים וואס איז געווען בשנת תק"ל. א זאך וואס איך האב קיינמאל נישט געוואוסט.
דאס צו דער "בשמים ראש" איז א טאטאלע מעשה זיוף צו נישט איז טאקע א דעבאטע פאר זיך. אבער דאס וואס איר ברענגט פון ספר "הר אבל" לעניין מאבד עצמו לדעת, אמת טאקע אז דערחתם סופרשרייבט שוין דעראויף "ובזה נזדייף ספר בשמים ראש סימן שמ"ה", איז אבער אויך דא שטארקע פוסקים להיפך וואס פסק'ן ווי דער בשמים ראש בענין זה. לדוגמה דערבית לחם יהודהאין אן הגה אויפן פלאץ אין יו"ד שמ"ה, דערבית אפרים, ואחריו דער שואל ומשיב (קמא ג' רי"ז) און אזוי פסק'נט להלכה למעשה דער מהרש"ם אין א תשובה (ח"ו קכ"ג) ושאר פוסקים. דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז דעם פסק פון בשמים ראש איז נישט פון די שטערקסטע טענות קעגן די אויטענטישקייט פונעם ספר.
בספר פסקי תשובה סי' מה בהערה העתיק מכתב מהגאון בעל אבני נזר (מובא בפרדס יוסף פר' קדושים) - שלום לכבוד אהובי הה"ג המפורסם חו"ב כש"ת מו"ה נחום נ"י האבד"ק קאמינקא ראיתי בספרו הביא מאמר מספר כסא דהרסנא ולדעתי אין הספר הזה ראוי לומר דבר הלכה בשמו וכל איש שיש בו ריח יראת שמים לא יחזיק ספר בשמים ראש ולענה בתוך ביתו עיין שו"ת פרשת מרדכי להגאון החסיד ר' מרדכי בנעט זצ"ל כמה הרעיש על ספר הזה ויותר ממה שהביא כתוב שםולדעתי ראוי לשרפו ביוה"כ שחל להיות בשבתולדידי יציית מעלתו ויעקור דף זה מתוך ספרו ואשר כל בדף זה ידפיס שנית והי' בזה שלום דברי הק' אברהם