אזוי ווי די רעוואלוציע קאמפיין האט זיך אויסגעשפרייט די פליגלען, און איז זיך צעוואקסן לארכה ולרחבה, אזש'ן אקופירן אן אייגענעם סוב פארום. און עס איז פארהאן א גרויסער עולם וואס זאגן אז קומען נישט אן צו קאווערן די שפאלטענעס פון אלע פילצאליגע אשכולות, אבער ווילן פארט מיטהאלטן די פארשריט און הצלחה פונעם קאמפיין.
כדי צו פינאנצירן די ריזיגע סכומים וואס קאסט צו אינטעווינירן אין אזא גרויסן פראיעקט, טוט דער 'צדק אסאסיאציע' פאררופן א גרויסן קאמפיין דעם קומעדיגגן זונטאג-מאנטאג נשא א' הבעל"ט.
צו דעם קאמפיין אז אנגאזשירט געווארן אונזער אלעמען באליבטער גאלדענער הארץ וואס טוט זיך מלביש זיין אונטער זיין ניק המכונה@וויכטיג מאכער, און האט גענומען אויף זיך צו שאפן דעם קאלאסאלן סכום פון 'הונדערט אלפים' לצורך דעם הייליגן קאמפיין.
און אז@וויכטיג מאכערנעמט עפעס אויף זיך איז ער דא אויף אלע באקן! אנגעהויבן האט זיך עס מיט אן איידעלן שורה איז זיין חתימה, וואס האט געלויטעט: "געט רעדי, קומט אי"ה א מעידזשער רעוועלוציע! כי לא תשכח מפי זרעו!"
דאס אליינס האט שוין באוויזן צו הייבן דעם שפאנונג שטאפלען ביים עולם, און האט נאכגעפאלגט מיט נאך א צאל פראמינענטע ניקס וואס האבן אויך געטוישט זייער חתימה אין שטיצע פון די ערווארטעטע רעוואלוציע.
קיינער האט נישט געוואוסט וואס קומט, אבער יעדער האט פארשטאנען אז@וויכיזאגט עפעס, מיינט עס קומט עפעס גרויס. פארשטייט זיך אז ער האט זיכער געמאכט ארינצואווארפן עטליכע האלבע רמזים צו ווארפן זאמד אין די אויגן, און הייבן די אינטערעסע און נייגער פונעם אלגעמיינעם ציבור.
און דאן האט די אומגלויבליכסטע פאסירט. די נומערן האבן זיך אנגעהויבן הייבן און דרייען ווי די סעקונדעס אויפן זייגער-ברעטל, און אונזער פעיזש טיעם האט אנגעהאלטן דעם סאמע העכסטן פלאץ אויפן פלאטפארמע, מיט יעדן פארבייגייענדן שעה טוען זיך די נומערן הייבן מיט דראסטישע סכומים.
ווען עס איז אנגעקומען בחצות הלילה, איז מען שוין אנגעקומען צו דעם אומגלויבליכן צאל פון אריבער: $35,000.00 (!), אין פאקטישע נדבות, וואס אנשי שלומינו תושבי אייוועלט האבן בייגעשטייערט ארויסהעלפן אונזערע אייגענע ברודער היושבים בעמק המבוכה!
און אין די איצטיגע מינוטן האלט מען שוין כמעט ביים גרייכן דעם צווייטן צוואנציגער! און דערמיט ארויסלאזן דעם צווייטן נוצבארן פיעטשער פאר די טויזענטער אייוועלט באנוצער.
אין מאנסי איז היינט געווען א מסיבה לטובת די מהפיכה בבית הנגיד בען פיליפסאן, דערווייל איז שוין ארויף אויפן פעידזש באלד 200,000! די חברה זאגן סיז געווען א געוואלדיג סוקסעס!