רב - רבי אבא פון זוה"ק
דער רשב"ם אין ערבי פסחים שרייבט, ורב, אבא שמו. נאר מ'האט אים אין בבל גערופן 'רב', אזוי ווי מ'רופט אין אר"י 'רבי'.
דער של"ה ברענגט עס אראפ און ער לייגט צו" וקבלתי שרבי אבא המוזכר בזוהר הוא רב.
ר' אייזיקל מקאמארנא זי"ע שרייבט אין די הקדמה אין זוהר חי, אז רב איז געווען רבי אבא דער כותב ביי רבי שמעון און ער האט געשריבן די גאנצע זוהר און רבי שמעון האט אויף אים גוזר געווען אז ער זאל גיין דערמיט אין גלות קיין בבל. און אזוי איז דער זוהר אנגעקומען בלויז צו די גדולי ישראל, ווי מ'זעט צווישן די שורות אז זיי האבן געהאט דעם זוהר נאך איידער עס איז נתגלה געווארן.
דער חיד"א אין שם הגדולים ברענגט אויך בשם ספר כנפי יונה אז רב איז רבי אבא, און זאגט טאקע אז ס'קומט אויס אז רב האט געלעבט 400 יאר.
דער חות יאיר ברענגט עס אויך בשם הרמ"ע מפאנו. אבער דער חוות יאיר זאגט אז עס איז כולו מקשה אחת.