Re: די שעדלכקייט פון AI
כ'האב קאמפעירט מיין קהילה מיט סקווירא, און אזוי האב איך עס אנגעקוקט.עכט איך האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 29, 2023 10:09 pmזעט אויס איר זענט נישט קיין סקווירא חסיד, איר קוקט עס אן מיט א דרויסענדיגער בליק.יצחק אייזיק האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 29, 2023 10:06 pmבכלל נישט ריכטיג. סקווירא איז צוגעגאנגען צום ענין מיט א געוואלדיגע מתינות, דער רבי האט נאכאנאנד מעורר געווען בדרכי נועם, די בית דין האט ארויסגעשטעלט געוויסע גדרים וסייגים, און מ'האט געבעטן דעם עולם "קבלות" בנוגע פילטערס און סאשעל מידיע, אנשטאט מאכן הארבע "תקנות" ווי אין אנדערע מקומות.פנימחדשות האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 29, 2023 5:58 pm
אבער דיין צווייטע שורה איז נישט ריכטיג, ס'איז שטארק מן הענין ארויסצוברענגן אז סקווירא איז אין פיל טעכנאלאגיע ענינים מער עקסטרעם ווי רוב אנדערע קהילות (און די אלטע א"ג סאטמערע "פלעק" האט סקווירא איבערגענומען...), און דערפאר קען מען נישט ברענגען א ראיה פון זיי אויף אנדערע קהילות און לגבי וויאזוי אלגעמיינע היימישע אידען זאלען זיך פירען.
בנוסף, איך האב גוטע פריינט סקווירא חסידים וואס די מוסד פארלאנגט נישט פון זיי קיין פערטל וויפיל מיין מוסד פארלאנגט פון מיר. ס'מיינט אז זיי זענען נישט אזוי עקסטרעם בכלל אין דעם ענין.