דא האסטו ר' יעקב באגלער געווען שוחט אין קערעסטיר פאר 35 יאר.
(אלע מצבות פון די באגלער משפחה אין קערעסטיר האט מען איבערגעמאכט שפעטער, מיט שווארצע שטיין, לפי הרוח של הנכד אחר המלחמה, פון באגלער איז געווארן בוגלר וכו'.)
איז דאס דער זעלבער יעקב באגלער דא שטייט ער איז אין מאד און מקודם בנירעדהאז
אטעטשמענטס
BUG2.jpg (119.13 KiB) געזען 850 מאל
BUG1.jpg (120.87 KiB) געזען 850 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים[email protected] זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
דא האסטו ר' יעקב באגלער געווען שוחט אין קערעסטיר פאר 35 יאר.
(אלע מצבות פון די באגלער משפחה אין קערעסטיר האט מען איבערגעמאכט שפעטער, מיט שווארצע שטיין, לפי הרוח של הנכד אחר המלחמה, פון באגלער איז געווארן בוגלר וכו'.)
איז דאס דער זעלבער יעקב באגלער דא שטייט ער איז אין מאד און מקודם בנירעדהאז
הארזיםהאט געשריבן:↑פרייטאג יאנואר 27, 2023 11:26 am
הארזים האט געשריבן:
רבי אלימלך פישמאן
פונקטליך האט געשריבן:
קול מבשר אינטערוויו 350- הרב יוסף פישמאן משמש בביהמ"ד אנשי ספרד ב"פ (יצחק שלמה דרעזנער) ר' יוסף דערציילט אנהייב איבער זיין פאטער "ר' אלימלך פישמאן" וואס איז געוועהן א גרויסער למדן ות"ח און איז געוועהן קוויטל שרייבער ביי הרה"ק ר' ישעי'לע ער דערציילט דארט אינטרעסאנטע פרטים
רבי אברהם שמואל סאמעט ראש הקהל פון קערעסטיר ביים נסיעה מיטן מנחת אלעזר לארה"ק.
ער איז א זוהן פון רבי יעקב סאמעט, ואשתו הצדקנית מינדל סאמעט וואס איז געווען די קעכערטע ביי רבי ישעילע, עד שעלו לארה"ק ושם מנו"כ.
פון ספר זקניך ויאמרו לך:
עס דערציילט אונזער זיידע הרה"ח ר' ברוך שמעון משה קעפעטש הי"ו חבר הנהלת המוסדות:
מיין זיידע - מיין מאמע'ס טאטע הרה"ח ר' אברהם שמואל סאמעט ע"ה האט געוואוינט אין קערעסטיר. ער איז געווען ראה"ק אין קערעסטיר און ער האט דארט באהאנדלט אסאך פון די עניני הקהלה, בפרט די עניני השחיטה, און די גאבעלע ווי עס איז געווען איינגעפירט אין יענע צייט, וואס מטבע הדברים האט דאס גורם געווען אז מענטשן האבן געהאט טענות, און אפטמאל זענען זיי אריבערגעקומען צו אים אין שטוב, און מען האט געשריגן מיט טענות און קולות. די באבע ע"ה האט דאס נישט געקענט אויסהאלטן איז זי אריבער צו הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, און זי האט זיך אפגערעדט איבער דעם מצב, אז אלעמאל הערט מען געשרייען מיט קולות פון מענטשן וואס האבן טענות, און זיי האלט דאס שוין נישט אויס. האט זיך רבי ישעי'לע אנגערופן "ר' שמואל'ס ווייב זאל זיך נישט זארגן, אלע קללות גייען אין באדראג אריין"... (דער באדראג איז געווען דער טייך וואס איז געלאפן נעבן קערעסטיר).
זיין פאטער הרה"ח ר' יעקב סאמעט ע"ה מיט זיין פרוי די באבע מינדל ע"ה זענען ארויפגעגאנגען וואוינען קיין ארץ ישראל, וואו זיי האבן דארט אויפגעשטעלט א לעכטיגע שטוב, פון וואס עס איז היינט דא טויזנטער אייניקלעך בליעה"ר. צווישן די קינדער איז געווען די טאכטער בלומא ע"ה, וואס האט חתונה געהאט מיט מו"ה מענדל פעדער ע"ה, וועלכער איז געווען אן אמעריקאנער, וואס איז ארויף קיין ארץ ישראל. עס איז געווען אין די תקופה פון די ערשטע וועלט מלחמה, אין ארץ ישראל איז געווען א שווערער הונגער ל"ע, און דאס האט נאכגעפאלגט מיט א טיפוס ל"ע, וואס אומצאליגע מענטשן זענען אוועק - צווישן זיי אויך דער זיידע ע"ה - דאס האט גורם געווען אז די טאכטער בלומא ע"ה האט זיך אויפגעהויבן און צוריקגעפארן קיין אייראפע, צו איר היימלאנד קערעסטיר, ווי דער זיידע ע"ה האט געוואוינט. איר מאן ר' מענדל ע"ה איז דערווייל געבליבן אין ארץ ישראל, און ער איז נישט גרייט געווען צו פארן קיין אייראפע נאר קיין אמעריקע, אבער זיין פרוי בלומא אין בשום אופן נישט גרייט געווען צו פארן קיין אמעריקע, ווען אין יענע יארן האט מען געוואוסט אז אין אמעריקע איז נישטא קיין מעגליכקייט צו קענען אויפשטעלן עטליכע אידישע דורות און עס איז געווען א גרויסער פראבלעם, ווייל קיינער פון זיי האט נישט געוואלט מוותר זיין. למעשה, איז ער אריין צו רבי ישעי'לע זצוק"ל, און ער האט דערציילט די גאנצע מעשה אז זיין שוועסטער וויל בשו"א נישט פארן קיין אמעריקע. האט רבי ישעי'לע געזאגט "הער מיך אויס, זי קען פארן קיין אמעריקע, נאר איין זאך, זיי זאל טיילן צדקה... אז זי וועט טיילן צדקה וועלן אירע קינדער נישט אראפגיין פון וועג. וכך הוה, זי איז געפארן קיין אמעריקע און געדענקט די ווערטער פון רבי ישעי'לע, כל ימיה האט זי עוסק געווען אין צדקה וחסד. זי איז שפעטער געווען די ווייס פרעזידענט פון 'בנות ירושלים' צו די האנט פון די סאטמארע רביצין הרבנית הצדיקת אלטא פיגא ע"ה וועלכע איז געווען די פרעזידענט. ווי אויך האט זיי אויפגעשטעלט די בארימטע קאך פון 'כולל שומרי החומות'. און אלע אירע טעג איז געווען א לאנגע קייט פון צדקה און גמילות חסדים. פאר זי איז אוועק פון די וועלט האט זי גענומען אלע אירע צירונגען און דאס איבערגעגעבן אין א פארמאכטן קאנווערט פאר הרה"ח ר' פינחס וויינבערגער ע"ה מנהל כולל שומרי החומות, בייגעלייגט נאך א בריוו וואס זי האט געבעטן אז מ'זאל דאס איבערגעבן פאר איר מאן נאך איר פטירה. זי האט דארט געשריבן א איבערבעטונגס בריוו פאר איר מאן אויף דעם וואס זי האט אוועק געגעבן אירע צירונג אז מ'זאל דערמיט קויפן צוויי דירות אין די אונגארישע הייזער לטובת די ארימע תלמידי חכמים אין ירושלים. פאר איר פטירה האט זי גערופן איר גאנצע משפחה, אלע קינדער, אייניקלעך, פלומעניקעס, און זי האט יעדן געגעבן געלט אז מ'זאל דאס געבן פאר די מוסדות וואו מ'לערנט. זי האט זוכה געווען אין די שווערסטע צייטן אויפצושטעלן א תורה'דיגע שטוב אין אמעריקע. איינע פון אירע קינדער האט געדינט אין די אמעריקאנער ארמיי, און ער האט דארט געהאט מסירות נפש פאר שמירות שבת און כשרות. און זי האט היינט ב"ה אומצאליגע אייניקלעך וואס פירן שיינע תורה'דיגע שטיבער מיט'ן כח פון ברכת הקודש פון רבי ישעי'לע און דער כח פון מצות צדקה.
אגב. מו"ה ר' אלטר ישעי' ראזענוואסער ז"ל איז געווען אן איידעם ביי אים בזיווג ראשון, און זיין שווער ע"ה איז געווען זיין טאטן'ס ערשטע קרוב(ר' אלטר ישעי' בן ר' אברהם מאיר חתן ר' אברהם יעקב צאפף-ווייסבערג חתן ר' יקותיאל הכהן ווייסבערג ז"ל ר' אברהם שמואל בן ר' יעקב חתן ר' יקותיאל הכהן ווייסבערג ז"ל)אויב איך געדענק גוט.
אן אייניקל פון ר' נחמן צבי קעפעטש ע"ה האט מיר אמאל פארציילט אז ר' ישעי ע"ה איז געקומען צו זיין חתונה מיט א שטריימל (אין די יארן נאך וואס ער האט עס אנגעטוהן) אלס א פעטער בזיווג ראשון, כאטש ער איז שוין געהאט אויפגעשטעלט א פרישע שטוב.
ה' יראה. אברהם קרא אותו יראה. שם קרא לו שלם. ומלכי צדק מלך שלם (בראשית יד יח). לפיכך נקראת ירושלים על שם שני הצדיקים האלה.(מדרש לקח טוב)