-
ציטיר
- 0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך ניק ניק
»
ס'באקאנט אז די זין אינ'אמת'ן גייט פון מעריב צו מזרח, נאר דער גלגל יומי שלעפט עם צירוק מיט כח ממזרח למערב, און יעדן טאג געלונגט דעם זין זיך אקעגן שטעלן נישט מער ווי 1 מעלה און ער פאלט צירוק 364 מאל יעדן טאג זייט ששת ימי בראשית. די מוסר השכל רעדט פאר זיך, כאטש איך האב עס שוין א סאך מאל געהערט מסתם אנדערע אויך, אבער יעצט האט עס מער געכאפט, ס'טייטש אז א מענטש קוקט זיך אן מלא ירידות, עד כ"כ אז די גוטע זאכן קענען ווערן בטל בשישים ובמאה, קוק אויף די זין זיין מעלה וואלט געקענט בטל ווערן בשס"ה יעדן טאג, עאפ"כ ששים ושמחים לעשות רצון קונם, אינז די מבחר הבריאה עאכ"כ. מ'האט שוין טויזנענט מאל זיך פארגענומען אויפצושטיין פארטאג'ס מאט שוין גענומען חברותות און פארלוירן חברותות, קוק ארויס פון פענסטער די זין האט נאכעמאל אויפגעשיינט ער וואלט געקענט זיין די זעלבע מיואש, המחזיר נשמות לפגרים מתים אריין אין ביהמ"ד און מיט א פרישקייט, און די עיקר מיט א שמייכל, ס'איז נישט פשוט וואס א שמייעל קען אלץ אויפטוהן, ווען אידן וואלטן געוויסט וויפיל תורה עבודה גמ"ח שמחה איז מחייב די מענטש, וואלט ד מענטש תמיד געווען בשמחה!
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.